Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 3-2 (יוני-יולי)
- Date
- 1937-06-01
- Page
- [Seite] (sequence 51)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564097--0107-3771124- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
4$ ד$ם יידישע קולטור־לעבן אין לעט$*צד דער דענאציאנאליזירנדיקמר און פארפרעמדנדיקער — יידן םטודענטן, װאם לערנען זיך אין פרעמדמ שפראכן — בײ יידן א סך ברײטער װי בײ די ארומיקע 8עלקער• דער אײגענער קולטורדאך §עלט אין גאנצן אדער איז אומנארמאל שמאלן דער פרעמדער דאך שטיקט און דריקט אויף די נידעריקע עטאזשן. װארעם די קעגנזײטיקע װירקונג צװישן די בילדונג-מדרגות גײט ניט בלויז פון אונטן ןןרויף, נאר אויך פון אויבן אראפ. די נויטװמנדיקײט און אפט דער 8רײער רצון צו שטודירן אין דער פרעמדער הויכשול מוז אפשװאכן דעם צושטראם 8ון תלמידים אין די אײגענע מיטלשולן, און די זזפגעשװאכטע אײגענע מיטל־ שול מוז אונטצרגראבן דעם באדן בײ דער אײגענער פאלקשול. די דיסהאר• מאניע צװישן די דריי בילדונג־מדרגות, װאס ליגט אין דער נאטור פון דער יידישער קולטור אין גלות, איז אן ערשײנונג װאם לאזט זיך ניט אפשאפן מיט קײן שום געזעצן און מיט קײן שום געלטמיטלען. מען מוז זיך דעריבער מיט איר רעכענען װי מיט א פערמאנענטער ערשײנונג און זוכן מיטלען, װי אפצו• שװאכן און פארקלענערן װײניקסטנס אירע נעגאטױוע װירקונגען. די דאזיקע דיםהארמאניע איז פון פארשײדענער מדרגהאין §ארשײדענע לענדער, אפהענ• גיק פון דער פאליטישער לאגע, פון דער צאל יידן אין לאנד, פון דער פעםטקײט און באדנדיקײט §ון דער יידישער שפראך, פון דער השפעה־קראפט 8ון דפר דער ארומיקער פרעמדער קולטור און פון אסך אנדערע סיבות. אזוי למשל האבן פוילן מיט רומעניע, װעלכע פארמאגן נאך א גאנץ ברייטע אײגענע באזע אין דער נידעריקער פאלקסבילדונג, ארײנגערעכנט די חדרים און אגדערע רעליגיעזע לערן-אנשטאלטן, א גאר שמאלן מיטלשול גארן און האבן גאר ניט קײן אייבערשטן גארץ־{ פארקערט אמעריקע, װאם האט גאר ניט קײן אײגענע באזע אין דער פאלקםבילדונג, װײל די יידישע שולן, אין זײער א קנאפער צאל, זײנען דאך אויך נאר נאכמיטאג-שולן, און דערביי נאר א פאר מאל אין דער װאך, און האט גאר ניט קײן מיטלשול־גארן, פארמאגט §ון דעםט װעגן א העכערן יידישן אינםטיטוט, װאם נעמט ארום ניט נאר ליטעראטור און שפראך, נאר אויך סאציאל־עקאנאמישע און דעמאגראפישע װיםנשאפטן. ראטן־רוםלאנד, װאם האט דעם ברײטםטן און העכםטן ײדישן בילדונג־בנין, אנטפלעקט די אויבן געשילדערטע דיםהארמאניצ און אירע נעגאטיװע רעזולטאטן אין דער ב1לטםטער 8ארם: דאם פעלן פון אגענוג ברײטן אײגענעם קולטורדאך רוינירט דעם מיטל־גארן און גראבט זיך אונטער אונטער דער §אלקסשול. אין לעטלאנד און ליטע, וװ די שװאכע ארומיקע קולטור האט געהאל8ן שא§ן א ברײטע נעץ מיטלשולן, האבן די קלײנע צאל ײדן און די פאליטישע לאגע געשטערט דאם אוי§קומען §ון העכערע בילדונגיאנשטאלטן. לײדער איז אויך איבערגעריסן דער קאנטאקט צװישן די יידישע קולטור־אינסטיטוציעם §ון §ארשײדענע לענדער, און די ארעמע ליטע און לעטלאנד, װאם §ארמאגן ניט פשוט קײן פוחות אויף אוי8צובויען אײגענע העכערע, זאל זײן א§ילו נאר פעדאגאגישע אינסטיטוציעס, קאנען ניט געניסן §ון יידישע פוחות §ון אנדערע לענדער.