Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 3-2 (יוני-יולי)
- Date
- 1937-06-01
- Page
- [Seite] (sequence 23)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564097--0079-3771096- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
21 וער חורבן םונעם יידישן האנול אין ביאליםמןוקער דאי$ן שויבן 8ון צײט צו צײט, אבער די השפעה §ון דעם ארום איז אזױ שטארק, אז ניט*יידישע קראמען װאקסן דא װי שװאמען נאך ארעגן, און מיט דעם זעלבן יאוש*טעמפ ליקװידירן זיך ײדישע. דא איז די צאל ניט-ץדישע קראמען אין 1936 געבליבן די זעלבע װי אין 1932,-דער גאנצער שטורעם איז ערשט געקומען אין די לעצטע עטלעכע חדשים און האט איבערגעאנדערשט דאם שטעטל: 5ון די 3 ניט־יידישע קראמען זײנען געװארן אין 1937 גאנצע 21! דארף מען נאך דערקלערן, אז 18 נײע קראמען אין א שטעטעלע פין 2-172 טויזנט נ§שות באטגיטן א גאגצע רעװאלוציע? און אין אלע שטעטלעך דאם זעלבע, וװ שװאכער, וװ שטארקער: אן אײנגעהאלטענער און ארגאנישער וװקם פון דער צאל ניט-ײדישע קראמען אין די ערשטע 4—5 יאר, און א האםטיקער אויפװאקס אין דעם לעצטן האלבן יאר נאך די געשעענישן -* דאם פון אײן זײט; אן אײנגעהאלטענער צוריקגאנג, וװ נישט וװ א םטאטום׳ קװא אין די ערשטע 4—5 יאו/ און א ליקװידאציע פון קראמען אין די לעצטע חדשים — §ון דער צװײטער זײט. און קײן באלאנס קען מען נאך נישט מאכן, װײל דער פראצעס איז נאך נישט פארענדיקט, װײט נישט פארענדיקט. ם׳איז קלאר, אז די שינוײם אין נאציאנאלן באשטאנד §ון קלײנשטעטלדיקן האנדל האבן געענדערט אויך זײן טאפאגראפישע פיזיאנאמיע $ װער ס׳געדענקט דאם אײגענע הײמשטעטל פון א צײט צוריק, אדער אפילו הײנט, װער ם׳האט געפארשט די קלײנשטעטלדיקע עקאנאמיק אין מזרח־גאליציע און אויף די קרעםן, װערט פארגאפט ארײנקומענדיק אין אײנעם §ון די שטעטלעך װאם האבן פלוצלונג אויפגעלויכטן אויף דער מאפע פון לאנד. עם איז בײטאג אויפן נײעם מארק, אבער דאם אויג מוז זיך אנשטרענגען, בכדי אויסצוגעפינען צװישן די קראמען א יידישע; אויפן מארק, אויפן אמאליקן יידישן ״אלטן מארק׳/ זעט מען נישט ארויס פמעט קײן ץדישע קראם. א סטאטיסטישע אוים§אישוננ באװײזט, אז דער ערשטער אײנדרוק איז א ביםל א פאלשער, אבער דאך איז די פרצוף־ענדערונג §ונעם מארק אזוי אינטערעםאנט, אז מיר אילוםטרירן זי מיט עטלעכע ציפערן װעגן דעם זעמבראװער מארק, וװ דער ײדישער חורבן איז נישט דער גרעסטער <זע טאבעלע 17, ז׳ 22). אין זעמבראװע זץנען §אראן אין מארק 65 קראמען, פון זײ יידישע 38; די יידן בילדן נאך, הײםט עס, א מערהײט אוי§ן מארק בכלל. נעמט מען אבער די באזונדערע מארקזײטן, באקומט מען, אז נאר אין 2 זײטן באטרעפן די ײדישעי קראמען מער װי א העלפט §ון אלע קראמען. די יידן טרעטן אפ פון מארק, און שוין הײנט באטרעפן זײ אין דער דריטער זײט װײניקער פון א העל§ט, און אין דער פערטער זײט נישט מער װי א דריטל. אויב די יידישע קראמען, װאס באטרעפן נאך 58,5 אין גאנצן מארק, פארשװינדן פארט בײם ערשטן אײנדרוק, איז דאס װײל זײ זײנען קלײן, האבן ניט קײן פענצטער צו דער גאם און זאגן זיך בכלל אפ §ון יעדער §ארם און רעקלאמע אאז״װ. דאס איז י װיכטיק §אר זיך, אין דעם מאמענט גײט אונדז אבער אין דעם