Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 3-2 (יוני-יולי)
- Date
- 1937-06-01
- Page
- [Seite] (sequence 22)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564097--0078-3771095- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מ. לינדער 20 שוין במשך דער ערשטער מקו§ה, װאס נעמט?גרוים 4—5 יאר, האבן ז־ך ליקװידירט 21 יידישע קראמעןן די דאזיקע ליקװידאציע דארףמען אבער באטראכטן פאר א מער קאניונקטורעלעו/ הגם די אין דער זעלביקער צײט געװאקסענע צאל ניט׳יידישע קראמען ברענגט צום געדאנק, אז א טײל יידישע קראמען האבן זיך געמוזט ליקװידירן אונטערן דרוק פון די נײע ניט-יידישע, װאס זײנען אין דער ערשטער תקופה געװאקסן פון 58 אויף 129. אבער אן אמתע רעװאלוציע איז פארגעקומען ערשט אין לעצטן האלבן י$ר-י נישט מער װי אין זעקם חדשים האבן זיך ליקװידירט 79 יידישע קראמען און אויף זײער ארט זײנען אויפגעקומען נייע 181 ניט־יידישע. פאר דער גאנצער הקופה 1932—1937 האבן זיך אין די באטראכטע 11 שטעטלעך פארמאכט 100 יידישע קראמען, ד״ה 15,1 פראצענט, אקעגן האבן זיך געעפנט פאר דער זעלבער צײט 252 ניט־יידישע קראמען. און װײל ם׳איז נישטא קײן שום יםוד אנצונעמען, אז אויפן ארט פון די ליקװידירטע 100 יידישע קראמען האט זיך פלוצלונג געמאכט פלאץ 5אר 252 ניט־יידישע, מוז מען קומען צום אײנציקן אויספיר, אז דער קאלאסאלער וװקם 6ון די ניט־ יידישע קראמען (אויף 434,5 פראצענטס באטײט אזא אײנשרומפונג §ון דעם פדיון אין די נאך עקםיסטירנדיקע יידישע קרזגמען, אז זײער איצטיקער צושטאנד איז א צושטאנד פון גסיםה, נאך װעלכער ם׳מוז פריער אדער שפעטער קומען דער םוף. און נאך אײן שטריך מוז גענומען װערן אין אכט: די אויםפארשונג פון אלע שטעטלעך איז דורכגעפירט געװארן א פאר חדשים נאך די געשעענישן, װען דער יידישער םוחר האט נאך געהאפט, אז נאכן באזײטיקן די פיקעטן װעט זיך די לאגע בעסערן. די דאזיקע האפענונגען זײנען אבער צערונען געװארן: די אגיטאציע האט זיך אזוי §ארװארצלט צװישן דער פויערישער בא§עלקערונג פון ראיאן, אז הײנט, װען די פיקצטן זײנען שוין א װײניקער אפטע דערשײנונג, װערן די יידישע קראמען אויםגעמיטן פון ניט־יידישע קונים, װי אין םאמע ברען פון די געשעענישן. לעבן מוז מען, שטײערן מוז מען צאלן, און §ריער צי שפעטער װעט דער יידישער קרעמער מוזן ליקװידירן זײן געשעפט. אין די הונדערטער װעלן גרייכן די צאלן §ון ליקװידירטע יידישע קראמעז, אויב... עס װעט נישט קומען קײן ענדערונג. פאראן שטעטלעך, וװ דער יידישער האנדל איז שוין איצט װי אפגעמעקט 3 דער פראצעם §ון ליקװידאציע אין שניאדעװע גײט שוין אן זינט 1932. פון די 18 יידישע קראמען אין שטעטל אין יאר 1932 זײנען געבליבן 8. פון די 4 ניט־יידישע קראמען אין 1932 זײנען געװארן 20. דא 55,5 פראצענט אראפ, דארט 400,0 פראצעגט ארויף. איז דען א וװנדער װאס יידן ליקװידירן קראמען און אנטלויפן וװהין די אויגן טראגן? וװ איז דא פאראן פלאץ אויף העלדנטום, און אין װאס זאל זיך דער יידישער םוחר אײנקלאמערן,? אין רוטקי ־ קאםאקי זײנען פארגעקומען פאלן פון פיקעטירן, פון האקן