Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 1 (מיי)
- Date
- 1937-05-01
- Page
- Seite 27 (sequence 30)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 83% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564096--0032-3771050- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י, ל. / װארשע דאם יידישע קרלטור-לעבן אין לעטלאבד מיר מײנען, אז דװקא דער קלײנער קיבוץ אין לעטלאגד קאן דינען §אר א גוטן פארשונג-אביעקט װעגן די פאטענצן פון אונדזער נאגײאנאלער אנטװיקלונג אין א גלות־לאנד. דער לעטלענדישער יידישער קיבוץ האט געװים א םך חםרונות §ון מעטאדאלאגישן שטאנדפונקט. ער איז ראשית צו קלײן. שנית האט א גרויםער טײל §ון לעטלאנד געהערט פאר דער מלחמה צום אויםערן־החום, און דאם האט גורם געװען צו א גרעסערער אםימילאציע. דריטנס איז די געדיכטקײט פון דער יידישער באפעלקערונג דארט א סך א קלענערע, װי למשל אין פוילן אדער אין ליטע, באזונדערם אין די גרויסע שטעט, אין ריגע און אין ליבוי, בכן אין די פונקטן, װאס שפילן אן אנטשײדנדיקע ראלע. ער האט אבער אויך א םך מעלות, באזונדערם פאר אונדזער ציל, װען מיר װילן מעםטן די מיגלעכקײטן פון אנטװיקלונג פון אונדזער נאציאנאלער קולטור בײ מער אדערװײניקערגינציקע באדינגונגען. מיר האלטן, אז אין געגעבענעם פאל זײנען אזעלכע גינציקע באדינגונגען געװען. ראשית, כאטש א גרויםער טײל פון לעטלענדישן יידנטום איז געװען אםימילירט דײטש אדער רוםיש, האבן אבער די דאזיקע בײדע קולטורן אין זעלבשטענדיקן לעטלאנד אזוי שטארק §ארלארן 8ון זײער מאכט (רוםיש) און פון זײער געזעלשא§טלעכער השפעה גדײטש), אז דער באדן פאר א יידישער קולטור איז געװען גענוג פרײ. די שפראך און די קולטור פון דער הערשנדיקער מערהײט האבן דערװײל געהאט נאר א יורידיש׳ פארמעלן װערט, אבער האבן נאך ביז איצט ניט געשאפן ניט אזא שפראך־ השפעה און ניט אזעלכע קולטורװערטן, װעלכע זאלן, אזוי צו זאגן, דורך דער לו8ט, דורך דער אטמאם8ער װירקן אםימילירנדיק. און גיט בלויז איז דא ניט צוזאמענגעפאלן די הצרשאפט־קולטור מיט דער השפעה־קולטור, װאםי מאכט באזונדערם שװער די קאנקורענץ פאר דער שװאכער יידישער קולטור, נאר 3ארקערט די השפעה פון דער הערשאפט־קולטור איז לאנגע יארן געװען אזוי קנאפ, אז ניט געקוקט אויף דער מאכט אין דער האנט איז זי געװען גאנץ אנמעכטיק. די יידישע קולטור האט דא בכן ניט געהאט ארום זיך און ממילא קעגן זיך אהערשנדיקע רײכע קולטור, װאם האט שוין א טראדיציאנעלע אםימיליר־װירקונג; װאס האט שוין ברײטע פאזיציעס אין דער יידישער געזעלשאפט גו8א; װאם האט שוין באװיזן צו מאכן טי5ע לעכער אין דער װאנט פון דער יידישער