Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 1 (מיי)
- Date
- 1937-05-01
- Page
- Seite 20 (sequence 23)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564096--0025-3771043- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
נן. ליצדעו4 20 הארט, ברעכט זיך לײכט, — און אלץ עפטער הערט מען שטימען, אז די באלעכאװער גארבערײ מוז אונטערגײן, װייל סוף פל םוף װעט אויך דער פויער פאדערן גוטע לעדער און גוטע שיך• דערװייל אבער גײט נאך דער פויער אין א סך, גאר א סך געגנטן פון מזרח׳גאליציע אין ״לאפצעס״ (אין גאליציע רופט מען זײ ״פאםטאלצם״), און זינט 1935 לעבט די באלצכאװער גארבערײ איבער א פראספעריטי. די ערשטע גארבערײען אין באלעכאװ האבן זיך געגרינדעט אין דער העלפט פון פאריקן יארהונדערט — אײנע פון די גרעםטע גארבערײען איז אויפגעקומען אין י׳ 1844. ביז די 90ער יארן זײנען געװען אין באלעכאװ 8 גארבערײען, און פאר דער װעלט׳מלחמה האט זײער צאל דערגרײכט ביז 14. אין די גארבערײען האבן פון ממיד אן געארבעט יידישע ארבעטער, ןורבעטער אין פשוטן זינען פונעם װארט•, זײ האבן זיך ניט געלאזט ארויסשטויסן װי זייערע חברים פון באריסלאװער נאפטראיאן און זײנען געבליבן ביזן הײנטיקן טאג- אזוי אז דער םטאזש פון יידישן גארבער־פראלעטאריאט אין באלעכאװ דער׳ גרײכט שוין צו קרוב 100 יאר. אין י׳ 1921, בשעת דער ״דזשוינט״ האט דורכ• געפירט זײן אנקעטע, זײנען פון איר ארומגענומען געװארן 11 גארבערײען,* אלע יידישע $ די אנקעטע גיט אן, אז ניט׳ טעטיקע גארבערײען זײנען בכלל ניט געװען-זאל עס שטימצן מיט דצר װירקלעכקײט, דעמאלט זײנען באלד, אין די יארן 1922 — 1924, אויפגעקומען בערך 20 נײע גארבערײען, פון זײ 5 ניט׳ יידישע. צום אנהײב פון קריזים זײנען אין באלעכאװ לויט די דאטעס פונעם מאגיםטראט געװען 32 — 33 גארבערײען, צום םוף 1936 האבן מיר געטראפן 20 טעטיקע און 12—13 נישט־ טעטיקע גארבערײען. אבער בשעת צװישן די 20 טעטיקע איז פאראן נאר 1 ניט־ ײדישצ גארבערײ (ס,5 פראצ׳), זײנען צװישן די 12 נישט־טעטיקע פאראן 4 ניט׳יידישע(33,3 פראצ,), און דאס באװײזט, אז די יידן האבן זיך בצםצר צוגעפאםט צום קריזים־געװיטער און דורכגעהאלטן. אננעמענדיק די 11 אונטערנעמונגען §ון דער לעדער-אינדוסטריע װאס פיגורירן אין דער דזשוינט־אנקעטצ פאר גארבערײען <דאס באשטעטיקט דער פאקט, װאם אלע באשעפטיקן זײ לוין־ארבעטער), האבן מיר די מעגלעכקײט אויפצושטעלן א םך־הפל פון דער אנטװיקלונג פון דער באלעכאװער גארבערײ פאר די לעצטע 15 יאר (1921 — 1936). דאס בילד איז ניט פול — מיר נעמען דאך נאר דעם אויםגאנגםפונקט און דעם סוף־רעזולטאט, בעת װען עם זײנען אויפגעקומען און עס האבן זיך ליקװידירט גארבערײצן אויך אין דער צװישן• צײט. אבער דאם איז דאך ניט קײן יוצא מן הפלל. פמעט שטענדיק בײ יידישע עקאנאמישע פראנעס פעלט דער נײטיקער פארגלײך־מאטעריאל. ממילא מוזן מיר אפלערנען װאס עם לאזט זיך פון דעם נעטא־באלאנס. און דאס גיט די טאבעלע 1. יידישע אינדוסטריעלע אונטערגענלוגגען אין פוילן, ב׳ /ו—¥1 : ג8ליזױע׳ ז׳ 144.