Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-05-01 · 1 (מיי) · p. Seite 18

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
1 (מיי)
Date
1937-05-01
Page
Seite 18 (sequence 21)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564096--0023-3771041
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י.?עשטשינםקי 18 םוף 1936 .% 80/6 אפריל 1937 .״62/8 אין די ערשטע צװײ שטעטלעך איז דער יידישער ז־אנדל גע8אלן פמעט אויף א העלפט: פון 81,6 פראצ׳ אין רוטקי אין 1936 אויף 42,2 פר$צ' אין אפריל 1937 און פון 83,3 פראצ׳ אין אדזשיװאל אויף 44,7. אין די לעצטע צװיי שטעטלעך איז דער יידישער אנטײל װײניקער געפאלן, אבער מען דארף געדענקען, אז די דאטעס פאר 1937 זײנען גענומען געװארן טאקע אין ברען פון פאניק, און די ליקװידאציע קומט ממיד ערשט נאך דער פאניק, ערשט װען מען קוקט זיך ארום, אז די פרנםה צאנקט 5ון טאג צו טאג און דאם צאנקען איז ניט קיין צופעליקע איבערגײענדיקע ערשײנונג. דער פראצעם איז נאך אין גאנג און מען קאן ניט װיםן, װי די לאגע אין די דאזיקע שטעטלעך װעט אויםזען שפעטער מיט א האלב יאר. פאר אײן האלב יאר האבן זיך ליקװידירט 92 יידישע קראמען. אויפן ארט אבער פון די ליקװידירטע 92 יידישע קראמען האבן זיך געצפנט נײע ניט׳יידישע 185. דאס באטײם, אז דער פדױן אין די נאך אפענע יידישע קראמען איז שטארק געפאלן. שװער צו מעסטן, אויף וױפל ער איז געפאלן. דאם װעט מען קאנען װיםן ערשט אין א צײט ארום, װען מיר װעלן שוין האבן די יידישע קרבנות פון דער דאזיקער קאנקורענץ. די פראקטיק האט באװיזן, אז װאס גרעסער עס װערט דער אנטײל פון גיט-יידן אין א פונקט אדער אפילו אין אן אײנצלנער בראנזשע, אלץ שטארקער װעט דער טעמפ פון ארײנדרינגען פון נײע ניט-ײדישע עלעמעגטן אין דעם ד$זיקן פונקט אדער בראגזשע *, א שטעטל, װו- העכער א העלפט קרעמער זײנען שוין ניט־יידן, קאן גערעכגט װערן פאר א פארלוירענע פאזיציע, װײל ״פאשר החלות לנפול, נפול מפול״. — דער פראצעס פון ליקװידאציע פון די יידישע קראמען גײט שוין דא א םך גיכער און איבער א סך םיבות: די נײ געע§נטע געשעפטן זיינען שענער, רײנער, מיט א בעםערן אםארטימענט, מיט א בעסערער באדינונג, מיט מער סחורה אין די פאליצעם, װאם עס שפילט ניט קײן קלײנע ראלע. די ניט־יידישע קרעמערײ װערט שוין דיפערענצירטער און 8ארטײלט זיך אויף אלע בראנזשעם, און דצר ניט־יידישער קונה באקומט ןזלץ מער מעגלעכקײט אויםצומײדן די יידישע קראם אויף אלע הונדערט פראצענט. מיר האלטן זיך אפ דאס מאל פון א טיפערן און דעטאליזירטערן אנאליז פון די דאטעס װי אויך פון אלגעמײנע אויספירן, װייל מיר האפן אין גיכן צו האבן א גרעםערן מאטעריאל, פאר א גרעםערער צאל פונקטן און §ון א גלײכמעסיקערער פארטײלונג לויט די ראיאנען, און דעמאלט װעט מען קאנען זײן זיכערער אין די אויםפירן.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.