Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 11 (sequence 17)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 67% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--303-9581587- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
בליק און א נאטע פון א פארהארטעװעטעה פארדעמפטער נשמה״ נאר פארקעהרט- לאזט אים װערן צום געזעץ פונ׳ם גאנצן בילד• דען ניט נאר אין דעם בליק פון אונטער די שװערע װיהעס״ װעלכער קוקט אין דער פוסטקײט ארײן״ נאר אויך אין דער קרײזלדיג אראפהענגעדיגער קײלעכיגער קודלע- אין דעם קאמפאקט זינקנדיגן פארלויף פון דער באק, אין די הערמעטיש צונויפגעשלאסענע ליפן און אין אט דעם קאסע און גלײכמעסיג געצויגענעם קאלנער פונ׳ם רעקל פיהלט זיך אט דער טעמפ און אט דער טעמפעראמענט. אויך די פארמען פונ׳ם הינטערגרונה װאו פיר־עקן שנײדן זיך דורך אײנער דעם אנדערן אין קוביסטישן אופן- שטערן ניט די אינעװײניגסטע סטאטיק פון דעם קאפ. װעלכער איז גע־ נומען גאנץ גרויס און גראד אלס דויערנדע ערשײנונג? און קוקט מען זיך אײן אינ׳ם לעבן פון אט די געאמעטרישע פארמעך װעלכע פלאנצן זיך װײטער אין די טײלן פונ׳ם ראק אוץ פון דארט װײטער ביז צום סאמע געזיכט׳ געפינט מען אין זײערע פראפארציעס׳ אין דעם שפיל פון זײער װינקעלונג׳ אין דער מאס פון זײערע גרויסן און פארביגע געגנזעצף פונקט דעם זעלבן ריטם׳ דעם זעלבן כאראקטער. דאס בילד האט אין זיך אונבאדינגטע אײנהײטליכקײט און געדיכטע גע־ שלאםנקײט. עם איז געװים ניט טויט״ אויב עס איז אזוי פעסט. אויך דאס״ װאס פיהלט זיך פון יענער זײט פונ׳ם אינדױוידועלן לעבן פעהלט אים ניט״ און עס באגניגט זיך ניט מיט׳ן בלויזן טיפ אלײן״ עס האלט פעסט אויך גאנץ פערזענליכע ציגע און א פילבארע פארטרעט־װירקונג• פארמולירנדע דײטליכקײט קויפט זיך ניט דורך דער אויפ* אפפערונג פונ׳ם אײנמאליגן״ קאנסטרוקטױוע זעלבסט־ שטענדיקײט װערט ניט דערגרײכט אויף קאסטן פון דער עהנליכקײט• א סך מעהר באקומען מיר יענעם אײנדרוק פון נויטיקײט״ װעלכער באטײט די לעזונג פון די בײדע אויפגאבן אינאײנעם. װעמעס שטרײט צװישן זיך״ מאכט אויס די פראבלעמאטיק פון יעדער פארטרעט- - בילד אויפבוי דורך דארשטעלערישער זאכליכקײט״ - עהנליכקײט דורך קאנ־ סטרוקטױוער זאכליכקײט. דער ױנגער מײסטעד״ װעלבער האט שוין אין שטיל־לעבן ערשטוינליך אײנדרינגענד און ציל־באװאוסט זיך דערשלאגן צו אט דער סינטעזע פון געגנ־ שטאנד און בילד־לאגיק״ האט מיט דעם דאזיגן פארטרעט ארויסגעבראכט א לײםטונג״ װעלכע איז פאר אים אלײן א פאל־ קאמענע לעגיטימאציע און פאר דעם אלגעמײנעם קונסטװילן פון דער צײט באקרעפטיגענד״ אנטשײדענד און אריענטירענד• מאטױוירן דוקא אין דער זאכליכקײט אקעגנאיבער דעם מאדעל. די דאזיגע טאפעלע זאכליכקײט באזירט אלזא שטארקע בילדליכקײט דירעקט אויף פארטרעט־עהנליכקײט. ס׳קומט אוים״ װי זי נעמט פון דער ערשײנונג פונ׳ם פארגעשטעלטן מאטעריאל פאר איר בילד״ װעלכעס דארף אבער באשטעהן לויט אנ׳אײגענעם פלאן און זיך אלײן געניגן, און אויף אזא אופן ברײנגט זי פארם און װירקליכקײט צו א הסכם אויף אגאנץ נײעם דרך, און פילט אן די אידעע פונ׳ם פארטרעט מיט א שטרענגען זין• באטראכטן מיר אצינד דעם פאר אונז ליגנדן פארטרעט פון גריגאריעװ׳ן״ באמערקן מיר דורך און דורך א אנט־ שידנהײט םײ אין דער פיזיאנאמישער״ םײ אין דער ריין פאר־ מאלער דורכארבײטונג״ א אנטשידנהײט״ װאס שרעקט זיך ניט אפ פאר דער הארטקײט פון די אומריסן- פאר דער ביז צו שטײפקײט אײנדײטיגער גלעטונג פון דער פלעכע״ פאר כמעט א העלצערנעם פשטות און שטרענגקײט פון דער קער־ פערליכער פארם- פאר כמעט א דראסטישער אקעגן־שטעלונג פון די פארשײדענע מאטעריע־טײלן- האר- פלײש- געװאנד א- א• וו. יעדעס קאסטױמליך אינטערעםירנדע- די סביבה אויס־ מאלנדיגע בײ־װערק פעהלט לגמרי- דער קאפ איז האפערדיג איזאלירט און כמעט מיט א שטארן בליק פיקסירט• דער דאזיגער פארטרעט זאגט עדות אויף א אומבאדינגטער קאנ־ צענטרירטקײט פון דער אויפפאסונג. ניט קײן מימיק- ניט קײן שטימונג- ניט קײן מאמענטאלער אפעקט- אדער פסיכא־ לאגישע כונה דרענגען זיך פאר דער קלארער- אפענער געגנשטענדליכקײט פונ׳ם קאפ- װעלכער שטעהט אין ראמען אזוי תמ׳עװאטע- װארט־קארג- אינגאנצן אויפ׳ן טאטזעכליכן באשרענקט- עהנליך װי די בױסטן פון א בענעדעטא־דא־מאיאנא. אלעקאנטורן געהן דײטליך און ניט־געבראכן לויט אײן גע־ צויגענעם ריטם• די קאמפאזיציע האט אין זיך עפיס באשטימטעס• ניט צופעליגעס- װעלכעס װידערהאלט זיך אין די אײנצלנע זעהר גלײכמעסיג געפארבטע פלעכן• די צײכנונג זעצט נאר אײניגע שטארק בולטע ליניעס- צװישן װעלכע עס שװימט ארויס די קערפערליכע מאדעלירונג פונקט אזוי שפארזאם- ניט צװײדײטיג- אהן שום קלײנליכקײט פון פארביגע און שאטנדיגענױאנסן- נאר פון א אײנהײטליכער- אויסגעהאלטענער פארב• פון דעם קומט יענע לאטײניש־שטימענדיגע קלארקײט פון דער סטרוקטור אינגאנצן, דער אויסדרוק פון א עהרליכן עקשנות- װעלכע אונטערדריקן ניט דעם רוסישן טיפ מיט זײן צוג פון װעלט־באטראכטונג- אין זיך ארײן געװענדעטן װ• װאלפראדש 11