Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1924
- Issue
- העפט 6
- Date
- 1924-01-01
- Page
- Seite 9 (sequence 15)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-10433024-9581570--301-9581585- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
צו מאקס באנד׳ם א פארטרעט לײסטונגען? און װײל מיר האבן הײנט װידער אנטדעקט דאס ב י ל ד אינ׳ם בילד׳ דאס מיינט: מיר זוכן הײנט ניט זײן זין נ ע ב ן אים- אדער אין זײנע באציהונגען צום פארגעשטעדטן׳ נאר אין אים גופא. פון אט דער אויפפאסונג ארויס װעגן דעם אװטאנאמען מהות פונ׳ם בילה מאלט א קינסטלער װי מאקס באנד• יעדעס פון זײנע װערק איז צום טײל ממש א צושטימונג צו אט דער אויפפאסונג װעגן מהות פון א בילד• דעריבער מוז מעף כדי דעם גריגאריעװ־פארטרעט צו פאר־ שטעהף קלאר מאכן דאס פראבלעם פון דער עהנליכקײט און באנדס שטעלונג צו די פאדערונגען פון דער עהנליכקײט. און דא קאן מען זאגן: באנדס פארטרעט איז קודם כל א בילד און ערשט אין צװײטער ליניע א אפבילד. גראד אין דעם דאקומענטירט זיך זײן שטארקע זאכליכקײט• אמת- מ׳קאן לײכט קומען צום געדאנק. אז פארטרעט־עהנליכקײט איז די העכסטע מדרגה פון קינסטלערישער זאכליכקײט. װײל אט די עהנליכקײט באטײט דאך די אנערקענונג פון די פאקטן אין דער פיזיאנאמיע• די אמת׳ע זאכליכקײט אבער איז אנ׳אנטפלעקונג פון דער פארם גופא און שפאנט אריבער איבער׳ן מאדעל צו דעם עצם זאכליכן אויפבוי פונ׳ם בילד• אט די זאכליכקײט באפרידיגט. אגב. אויך די פאדערונג פון דער עהנליכקײט׳ דען איר ענערגיע װעט שוין דעם פאקט ״גריגאריעװ״ אויך ניט פארנאכלעסיגן• אבער זי צילט פיל װײטער: צו א פעסטער ארדנונג׳ צו א קלארער און מאטע־ מאטיש־ניכטערער דורכגעשטאלטונג׳ צום ארויסארבעטן די בילדמעסיגע נויטיקײטן. דאס פורעמט זײן אײגענע טאט־ זעכליכקײט• אמת ניט פרײ־ארומשװעבנדיג״ אבסטראקט׳ ניט־ פארבינדנדיג זיך לחלוטין מיט די רעאליטעטן. דאם איז אײגגטליך פאר זיך אויך מעגליך׳ און אין די לעצטע יארן האט עס ניט געפעהלט אין נסױנות פון אבסאלוטע פארם- קאמפאזיציעס לחלוטין אהן א אנשפאר אויף א מאדעל. דאס איז דאך די שטרעבונג פונ׳ם פראנצויזישן קוביזם׳ אלס סטיל• באנד אבער׳ כאטש ס׳איז קלאר׳ אז ער הענגט צוזאמען מיט׳ן קוביזם׳ געהערט דאך צו יענע נײע׳ װעלכע שטעלן ארײן די דערגרײכונגען פון אט די נסױנות אין א זאכליכקײט׳ װאס ניט זי שפרינגט אריבער איבער דער רעאליטעט׳ איבער׳ן מאדעל׳ נאר פארקעהרט׳ זי ברײנגט עס נאך שטארקער צום אויסדרוק. ערשט אט דער נאך־קוביזם האט װידער בכח צו שאפן אמת׳ע פארטרעטן. פון אט דער סיטואציע ארוים שעפט א געשטאלט־בויער וױ באנד די קראפט און די אינטענסיטעט פאר זײנע פארטרעטן• די דאזיגע קונםט־ריכטונג האט די אמביציע ארויסצובאקומען א דײטליכע זאכהאפטיגע טאט־ זעכליכקײט פונ׳ם בילד דוקא פון דער אנערקענונג און אנזיכטיגער באװײזונג פון זאכליך־קלאר פארגעשטעלטע טאט־ באשטאנדן, מיט אנדערע ווערטער: די בילד־זאכליכקייט צו דער ױנגער ליטװישער מאלער, װאס לעבט הײנט אין דײטשלאנה מאקס באנד. אײנער פון די ענערגישסטע טא־ לענטן פון דער לעצטער אנטװיקלונגס־פאזע׳ װעלכע שטרעבט צו קלערונג און בולט־מאכוננ אינ׳ם בילרליכן אויפבוי׳ האט אינ׳ם פארליגנדען פארטרעט אויסגעמאלט זײן פריהעריגן רבי׳ף דעם רוס באריס גריגאריעװ. די ערשטע פראגע בא יעדן פארמרעט איז װעגן דער עהנליכקײט •, דערבײ דארף מען געװיס ניט פארשטעהן אונטער עהנליכקײט בלויז די אויבערפלעכליכע פאטאגראפישע געטרײשאפט׳ בלויז די אויסערליכע אפשפיגלונג פון א מענשן׳ נאר בעסער דאס געראטענע איבערגעבן פון זײנע װעזנטליכע פיזיאנאמישע און גײסטיגע שטריכן. פון זײן גאנצער פערזענליכקײט. אבער אפגעזעהן פון דעם. װאס צו א אורטײל איבער אזא עהנליכ־ קײט איז נײטיג צו קענען דאס אויסזעהן און דאס װעזען פונ׳ם פארגעשטעלטן׳ װעט דער קינםטלעריש אורטײלנדער גראד ניט האלטן די דאזיגע פראגע װעגן דער עהנליכקײט׳ אלס א עקר׳ אלס אנטשײדענד בא דער אפשאצונג פונ׳ם פארטרעט• הײנטיגע צײטן נאך װעניגער װי אלעמאל. ס׳איז אפשר א גוזמא צו זאגן׳ אז די פארטרעט־פאטאגראפיע ־ד י ■ר ה ־ד פון הײנטיגע צײטן האט באפרײט דעם מאלער פון אט דער אויפגאבע (צו היטן די עהנליכקײט)׳ װעלכע איז גיכער א פרימיטױוע אײדער א פרימערע• אזעלכע רײד הערט מען דאך ניט זעלטן. װער עס זאגט אזוי׳ זעהט אבער ניט אײן׳ אז דער פאטאגראף׳ אפילו מיט׳ן שארפסטן אינסטרומענט און מיט דער גרעסטער געשיקטקײט אינ׳ם אײנארדנען פון א קאפ׳ קאן גראד אט די ע ה נ ל י כ ק י י ט ניט דערגרײכן; ער קאן נאר דערלאנגען צו א גרעסערער׳ אדער קלענערער ג ל ײ כ ־ ק י י ט• דער פאטאגראף שאפט דאך ניט קײן בילד׳ ער פאקט נאר די אפשפיגלונג. פון דעם קונסט־שטאנדפונקט איז גלײכ־ קײט ניט עפיס מעהר׳ נאר פארקעהרט׳ וועניגער פון עהנליכקײט׳ שוין דערפאר׳ װאס אײגנטליך קאן גאר גיט זײן קײן גלײכקײט צװישן א בילד און א מענשן׳ דאס קאן נאר זײן צװישן צװײ גלײכארטיגע זאכן׳ אין אונזער פאל צװישן צװײ אפשפיגלונגען. דעם קאפירנדיגן פאטאגראף פעהלט אלזא דער סימבאל פון גלײכעניש׳ און דערפאר אויך די טיפקײט פונ׳ם קונסטייװערק׳ װעלכעס נעמט זיך אונטער צו באשאפן אנ׳אנאלאגאן צו אשטיק נאטור׳ גראד כדי צו כאפן די װירקליכקײט גופא און ניט בלויז איר שײן. עהגליכקײט איז אלזא׳ הײנט װי אלעמאל׳ א באזונדערע קינסטלערישע אויפגאבע׳ אבער ניט די אנטשײדענדע? ובפרט איז זי הײנט ניט די אנטשײדענדע׳ װײל כאטש די געראטענע עהנליכקײט איז מוסיף צום רוהם פונ׳ם מאלערס לײסטונג׳ אבער זי בארירט ניט דיבאדײטונג פונ׳ם בילד׳ אלס א זעלבסט־ שטענדיגעס׳ זאכהאפטיגעם געוױקס׳ אונאפהענגיג פון אלע 9