Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 5 · p. Seite 6

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 5
Date
1923-01-01
Page
Seite 6 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
65% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581522--250-9581535
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

עזגז׳׳מזי ודי 1 י5מ%< שמשון הגבור אלס לײב־באצװינגעד׳ פון א קארפואנער מתזור פונ׳ם יאר 1700• זאמלונג אלקנה אדלער אין לאנדאן• א0סא£0 ,א10ז00£££0 £££ס\< א£>££1 .1700 ,טזמס^ ,50£ד01^ן\ 1\0?ן£ .אסע 9£ד אס א50^\׳3 איסלאמישע בון־איינבאנדן פאר דעם ליבהאבער פון א שענעם בוך איז די בוך־קונסט פונ׳ם אריענט אײנע פון די באצױבערנדסטע קאפיטלען• סוף כל סוף טראגן די װאונדערפולע אײנבאנדן׳ װאס אײראפא האט פראדוצירט אין הונדערטיעריגער אנטװיקלונג׳ אלע דעם אב־ גלאנץ פונ׳ם מזרח׳ פון יענעם ערלעזענדען געשמאק און פארפײגערטער טעכניק׳ װאס דער מזרח־מענש האט ארויסגעארבעט• אונטער דעם אלגעמײנעם באגריף איסלאמישע בוך־איינבאנדן האט פ. סאררע צוזאמענגעשטעלט א זאמלונג פון אײנבאנדן עגיפטישע (פון 15-9 יארהונדערט) און פערסיש־טירקישע (פון 18-16 יארהונדערט)׳ װעלכע איז ערשינען דא ניט לאנג אין פארטרעפליכע פארביגע רעפראדוקציעס אין סקאראבעאוס־פארלאג אין בערלין• סאררעס הקדמה און די פירושים זײנע צו יעדן בילד באזונדער באקענען דעם לעזער מיט אויסגעצײכענטסטע טיפן פון דעם איסלאמישן בוך־אײנבאנד• אין דעם עגיפטישן בוך־אײנבאנד װערט באנוצט דער ארקאדן־מאטױו (10-9 יארהונדערט)׳ דאס מאזאיק־מוסטער׳ דאס גראטעמוסטער׳ די אראבעסקע׳ דער שטערן מיט א סך עקן׳ די קניפן און פלעכטונגס מוסטערן (15-14 יארהונדערט)• אין די שפעטערע עגיפטישע אײנבאנדן זעהן מיר דעם אװאלן ציערשילד מיט אויסלויפערס און עק־אנפילונגען• דאם שילד איז אויס־ געפילט מיט געאמעטריזירטע צװײגן עהנליך צו אראבעסקן׳ בשעת אין די פערסישע אײנבאנדן װערט עס געפילט מיט נאטורא־ ליסטישע פארצװײגונגען׳ אפילו מיט לאנדשאפטן• אויב אבער עס װערן שוין יא באנוצט אין די פערסישע אײנבאנדן געאמעטרישע פארמען׳ קומען זײ ארויס׳ דורך די אין זײ ארײנגעפיהרטע זיגזאגן׳ באװעגליכער און דערמאנען אביסל ארגאנישע פארמען• אין דער אפבילדונג פון א איםלאמישעס אײנבאנד׳ װאס מיר גיבן דא (גענומען פון סאררעס װערק) האבן מיר דעם פערסישן צװײג• די אפבילדונג אויף זײט 5 װײזט די דרויסנזײט פונ׳ם הינטערשטן דעקל בא א פערסישן אײנבאנד פונ׳ם_16 יארהונדערט• דא האבן מיר א בײשפיל פון די װאונדערפולע פערסישע לאק־אײנבאנדן װעלכע פלעגן געמאכט װערן אויף אזא אופן: אויף א פאפן־דעקל װאם איז באגרונטעװעט מיט קרײד׳ לעגט מען ארויף א דינעם שיכט פון לאק׳ װעלכער דינט אלס אונטערלאגע פאר דער מאלערײ• די מאלערײ װערט דאן באדעקט מיט עטליכע לאגן פון שיצענדן דורכזיכטיגן לאק• אויף דער אײבערשטער לאג פון דעם לאק װערט ערשט אנגעזעצט דאס פליסיגע גאלד׳ זילבער און שטויב פון פערלמוטער• אויף דעם אײנבאנד׳ װאס איז דא אפגעבילדעט׳ שטעלט זיך פאר׳ אין א רײכער לאנדשאפטליכער סביבה׳ א סצענע פון א הערשער וואס זיצט אויף א טראן• די פערזישע איינבאנדן פונ׳ם 16־טען יארהונדערט׳ די אויפבליהונגסצייט פון דער סאפאװידן־עפאכע׳ פארגליכן מיט די מיניאטורן פון דערזעלבער צײט׳ געהערן׳ לויט סאררעס מײנונג׳ צו די קינסטלעריש און טעכניש פאלקאמסטע שאפונגען פון דער פערסישער קונםט• 6

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.