Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 7 (sequence 13)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--196-9581480- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
נאטור: די פיגור אונטן - רבי אליעזר - װי זי קאן שוין זיצן! װי זי האלט דאס דעם בוךן אבער דער צוזאמענהאנג צװישען דעם בילדל און דער שריפטזײט איז שוין גאנץ לויז געװארן• ס׳האט געפלאצט דער שטרענגער ראמען״ א כװאליע פון פרײען לעבן האט אפגעשװײנקט די געירשענטע בוך־עסטעטיק• און אויף אזא אויפץ האט אויך דער טויער־מאטױו פארלארן זײן באדײטונג• מ׳האט אים אנגעהויבן פיהלען אלס א שטע־ רונג- אלס ענג־מאכענדיג. אלס צו פײערליך און אלטער־ טימליך. דערפאר האט מען אים איבערגעטראגען אויפץ טיטעלבלאט פונ׳ם בוך׳ אפגעשטופט צום ױם־טובדיג אויס־ געפוצטען שער־בלאט• דא. פאר דעם טעקסט- קאן ער ניט שטערען. און טאקע די אויסשטעלונג פונ׳ם טיטעל־בלאט- װעלכער האט ניט קײן המשךדיגען טעקסט. נאר קורצע אנגאבך דהײנו: דעם נאמען פונ׳ם ספר. דעם מחבר׳ דעם פארלעגער און אז• װ• - אלץ אזעלכע מיטטײלונגען/ װעלכע קאנען אם בעסטען אויסגעשטעלט װערן טאװל־ארטיג״ - פאסט זיך אם בעסטן צו דער טױער־פארם• אין אונזערע געדרוקטע ביכער פון דער רענעסאנם־צײט״ פון באראק. פון ראקאקא און עמפיר געפינען מיר אפט דעם טויער־מאטױו באנוצט אויף׳ן טיטעל־בלאט• זײנע פארמען בײטען זיך אינאײנעם מיט׳ן סטיל/ אמאל איז עס די קלאסישע זײלען־ארדנונג״ אמאל זײנען די זײלען געדרעהטע״ אמאל איז עס א בויגען״ אמאל א גלײכע פלאנקע. אויפן ארט פון די פאלמען און בלומען קומען די צורות פון משה ואהרן• דער סימבאל פונ׳ם ״ארון־הברית״ איז פארשטארקט גע־ װארען• אין די הגדות פונ׳ם 17־טן יארהונדערט זײנען אזעלכע טיטעל־בלעטער שכיח געװען• מעהר פון אלע איז די מגלת אסתר געטרײ געבליבן דעם טויער מאטױו. ביז צו דער שפעטסטער צײט האט זי אײנ־ געפאסט אירע ״טירען״ - אזוי פיעל װי זי פלעגט זײ איבער־ הויפט באפוצן׳ - אין בױגען־ארכיטעקטורען• פון אוראלטע צײטען האט זיך דער מאטױו פונ׳ם ארון װײטער געפלאנצט• אודאי האבן די ערשטע קריסטן גענאשט פון די ײדישע בוך־קינסטלער״ שפעטער אבער האבן זיך די ראלן געביטן און דער שער־ראהמען אין די האנטשריפט־ מאלערײען - כאטש אלץ נאך א זכר פונ׳ם ארון הקודש - װערט א מאטױו פון דער קידכען־ארכיטעקטור״ װעלכע װערט באנוצט אויך פון די ײדישע אילומינירערס׳ און שפעטער׳ אין דער צײט פונ׳ם בוך־דרוק׳ פון די גראװירערס• זײ האבן אבער איבערגענומען נאר דעם גלגול פון דער סטיל־ פארם׳ הינטער װעלכער׳ זאל עס זײן באראק׳ אדער עמפיר׳ איז סוף כל סוף געשטאנען אלץ דאס זעלבע אורבילד׳ אלץ די זעלבע גרונד־אידעע פון דעם הײליגען ארון מיט די שטײנערנע לוחות פון משה־רבינו• שפרינגליכע ארכיטעקטאנישע באדײטונג• א װירקליכער טויער׳ א װירקליך געבײ - אין אונזער פאל די מקוה׳ - דארף פארגעשטעלט װערן. נאר על־פערוב איז עס שוין ניט דער ארון הקודש׳ נאר דער טויער׳ אדער דאס געװעלב׳ פון א קירכע אדער א שוהל׳ אדער א מושעע׳ װעלכעס שװעבט פאר׳ן קינסטלערס אויגן בא דער ארבעט• דער טויער־מאטױו װערט אלץ רײכער באפוצט און ער װערט_על פי רוב פארנוצט פאר די באדײטענדערע בילדער פונ׳ם בוך. איױם זעלטענעם סדר־ בילד׳ װאס מיר האבן געבראכט אינ׳ם ערשטען העפט מילגרוים (זײט 1)׳ װעלכעס איז דאס באדײטענדסטע אין דער סעריע סדר־סצענעס פון ידער דערמאנטער הגדה (61-111811 .14761 העלפט דער ארכיטעקטאנישער ראהמען ניט װעניג צו׳ כדי די פײערליכקײט פונ׳ם סדר צו שטײגערן• אין דעם זעלבן כתב־יד געפינען מיר אײנע א סדר־סצענע׳ פאר װעלכער דער קינסטלער האט׳ ס׳װײזט אויס׳ געװאלט װעניגער פלאץ און באדײטונג אפגעבן. אויף דעם בלאט זאל אחוץ דעם בילד׳ נאך א פינף שורות פון טעקסט גע־ שריבען שטעהן (זעה בילד זײט 6). דערפאר האט ער אזוי דאס בילד קאמפאנירט׳ אז דער געװעלב־בויגן זאל נאר די הויפט־פערזאנען אײנפאסן׳ דעם בעל־הבית און זײן פרוי• די איבעריגע מיטגלידער פון דער פאמיליע און דער אורח קאנען זיך מיט א פראסטערער אײנראמונג באנוגענען. אפט װערט דאס בילד אװעקגעשטעלט איבערץ טויער׳ אזוי װי דאס קומט פאר אין דעם בלאט פון א מחזור פונ׳ם 14־טן יאר־ הונדערט׳ װעלכעס שטעלט פאר די םצענע פון מתן־תורה (זעה מילגרוים׳ העפט 2׳ זײט 1). דער טעקסט׳ װעלכער איז װי טאװלען אויסגעשטעלט׳ געפינט זיך אינ׳ם אינערן פונ׳ם טויער• אינ׳ם 15־טן יארהונדערט אנטװיקלט זיך די פערספעק־ טױוע און מ׳באקומט די מעגליכקײט צו צײכענען געבײען מיט א גרעסערן רחבות און ניט בלויז פונ׳ם פראנטאל גע־ זעהען• דאמאלס פארלירט דער פלאכער טויער־מאטױו׳ װעלכער איז באשטימט געװען אלס ראהמען׳ זײן באדײטונג• דער חלל װערט שוין אנגעװיזן ניט דורך׳ן פלאכן בויגען׳ נאר מ׳באמיט זיך אים צו װײזן אין זײן אויסשפרײטונג אין דער טיף. דער נאטוראליזם געפינט זײן אויסדרוק אויך אין דעם׳ װאס די לאנדשאפט מעג קומען צום װארט• די גײע ריכטונג פיהלט זיך שוין אין דעם בלאט פון דער הגדה גע־ שריבן פון אײנעם ױסף בר אפרים (געפינט זיך אין דער מלוכה־ביבליאטעק אין מינכען,200.^ס0)• דאס דאזיגע בלאט איז רעפראדוצירט בא אונז אויף זײט 1׳ די אײבערשטע פיגור - רבי ױסי הגלילי - זיצט אײנפאך אויף א גראז־בײנקל׳ קײן שטרענגע ארכיטעקטור פארצוימט ניט אירע באװעגונגען• א גרין בערגיל׳ א בלויער הימעל׳ - װי װאונדערליך װירקט דא דאס פארזיכטיגע׳ פחדנות׳דיגע דערנעהענטערן זיך צו דער רחל װישניצער־בערנשטײן. 7