Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 5 (sequence 11)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--194-9581478- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
)יי.•* ״. , ^*ח#י±**- *-־־* אין זײערע קאראנען. די הײליגע נישע׳ דעם ״מיערב״• פונקט אזוי װי די ײדן האבן סטיליזירט דעם ארון־קודש• אויך די ערשטע קריסטן האבן זיך גענומען דעם ארון אלס מאטױו צום באפוצן זײערע ביכער און באזונדער פלעגן זײ אים אויסדערװײלן בא טעקסטן׳ װאס זײנען װי לוחות אויס־ געשטעלט• דאס פריהעסטע בײשפיל פאר דעם גיט אונז די עװאנגעליע׳ װאס איז געשריבען געװארן אין מעסאפאטאמיע׳ אין דער שטאט זאגבא׳ פון דעם סירישער מאנאך ראבולא אינ׳ם יאר 586• דער כתב־יד געפינט זיך אין דער לוירענציאנא אין פלארענץ• דא טרעפן מיר אן אײזעבױס׳עס קאנקארדאנץ־ טאװלען אײנגעפאסט אין א בױגען־ארכיטעקטור׳ א זכר צום הײליגען ארון• דער דאזיגער מאטױו װערט םטערעאטיפיזירט און ער פארלאזט שוין ניט דאס געביט פון דער בוך־באפוצונג• די ביצאנטינישע קונסט האט עס פארמאגט אין פארלויף פון יארהונדערטען׳ די פאטריארכאלישע׳ פונ׳ם בית־המקדש איבער־ געליפערטע פארם אויפצוהאלטן• דער ארון אדער דער ״שער׳/ װעלכער ראמט ארום דעם טעקסט׳ (צו באמערקן איז כדאי׳ אז די שריפט־קאלאנעס רופט דער תרגום אונקלוס אן ״טירען׳/ דלתות אדער פצים) װערט מיט פאלמענבײמער אדער בלומען בא די זײטן ארומגעשטעלט• די דאזיגע פאלמען און בלומען קענען מיר פון דער באשרײבונג פון מקדש שלמה אין ספר מלכים א, ו• כ״ט• דארט װערען די פאלמענבײמער אויסדריקליך דערמאנט אלס עלעמענטן פון דער װאנט־דעקאראציע• פאל־ מעגבײמער און כרובים׳ דאס איז אנ׳אלטער אשור׳שער מאטױו אויף װענט און טירן און אויך פרײ־שטעהענדיג׳ און אט זעהען מיר זײ װידער אין שלמה׳ס בית־המקדש• אויך אין דעם פריהער ארומגערעדטן מצרים׳שען כתב־יד פון ספר שמות׳ איז דער ארון־קודש מיט צװיגען און בלומען ארומגעשטעלט בא די זײטן• אין 9־מן און סד־טן יארהונדערט פארבלײבט די ײדישע אילומינאציע(האנטשריפט־באפוצונג) אזוי װי בא אלע פעלקער׳ נאך זעהר ענג פארבונדן מיט די פארשידענע קונסטגעװערב־ ליכע אויסארבײטונגען• דער באפוצער איז אפט געװען א ױבעליר און געקאנט די מלאכה פון גראװירן און עמאלירן• דערמיט דערקלערט זיך די פארליבע זײערע צום גאלד אין דער אילומינאציע (באפוצונג)׳ צום פארשטעלען מעטאלענע כלים און קײטן־מאטױון אין דער ארנאמענטאציע• ערשט אין 12־טן און 13־טן יארהונדערט װערט די באשעפ־ טיגונג פונ׳ם אילומינירער (בוך־באפוצער) זעלבסטשטענדיגער׳ די מאלערײ װערט א באזונדערער צװײג און די פארבען קומען צום גרױסן טײל אויף׳ן ארט פונ׳ם גאלד• אין דער רײצענד־שענער קלײנער הגדה־האנטשריפט פונ׳ם 14־טן יארהונדערט׳ (זעה בילד זײט 8)׳ װעלכע געפינט זיך אין בריטיש מוזעאום (2737 .ז0)׳ זעהען מיר׳ אז דאס גאלד איז שוין אװעקגעפאלן• די בילדער זײנען פון א װאונדערבארן פארבען־פרײד און העלקײט• א קרעפטיג געלב׳ א פלאשען־ גרין פאראײניגען זיך מיט א לײכטענדען צינויבער׳ מיט פורפור־רױט׳ װעלכעס געהט איבער אין פיאלעט• דער כװאליע־מאטױו אינ׳ם ראהמען און אינ׳ם בויגען װײזען׳ אגב׳ די האנט פונ׳ם מעטאלגראװירער• דאס גאנצע בילד װירקט אויך אין די ארכיטעקטאנישע מכשירים גיכערמויריש װי גאטיש. דער טעקסט פון דער דאזיגער הגדה האט זעהר װעניג בא־ רוים פון פארינט׳ אין װעלכען ס׳שטעהט דער ארון־קודש, איז אביסל שמעלער• מיר האבן דא א מין אבסידע• צי גע־ פינט זי זיך אויך אויף די אויסערע מויערן׳ קאן מען לײדער ניט זעהען׳ װייל דער אבשניט פונ׳ם כתב־יד איז גראד בא די דאזיגע אינטערעסאנטע ערטער געפעלערט• די נעבענשיפן זײנען אײנגעפאסט אין זײלן־גענג׳ אויב מיר מעגען אננעמען די קרײזען פאר זײלן געצײכענטע אינ׳ם פלאן• אלץ זאגט עדות אויף אזא פירוש• דאס מערקװירדיגע פון דעם דאזיגן געמעל איז׳ װאס א טײל חלקים זײנע זײנען פאר־ געשטעלט װי מ׳זעהט עס אין פלאן׳ דאס הײסט: אין הארי־ זאנטאלן שניט׳ אנדערע טײלן אבער אין פראנטאלן אױסזעהען• ביז צום שפעטן מיטלאלטער געפינען מיר אזעלכע בויפלאנען׳ און גראד אין העברעאישע ביבעל־האנטשריפטן זײנען אזעלכע טעמפל־צײכנונגן ניט זעלטען• אין די דאזיגע בילדער׳ װי די אט־װאס ארומגערעדטע ספר־שמות־האנטשריפט פונ׳ם 10־טן יארהונדערט׳ איז שוין דערגרײכט געװארן א מדרגה אין דער באפוצונג׳ װעלכע ליגט צװישן דער אילוסטראציע און דער ארנאמענטאציע• מיר דערקענען נאך די אײנריכטונג פון א טעמפעל אדער א שוהל׳ נאך איז עס א פארשטעלונג פון א וױרקליכן געבײ׳ אבער פארט דאס בילד הײבט אן זיך פארהילן און פאר־ שװאומען• עם איז װי דאס בילד פון א חלום: אט זײנען נאך דאס געװען זײלן - ניט אמת? - און אט װערן פון די צירקלען׳ װאס באטײטן די זײלן׳ קרײזן באצירטע מיט בלומען. שוין גיסן זיך איבער די כלים׳ די װאזעס׳ די קענדליך׳ די לײכטער׳ דער לולב׳ די אתרוגים - אין ארנאמענטן• אזעלכע פארװאנדלונגען זעהען מיר הײנט נאר נאך אינ׳ם באלעט, װעלכער באנוצט זיך גערן מיט׳ן טעמא, װאו באװעגליכעס לעבען װערט פארגלױוערט אין א בילד• אנ׳אנדערע העברעאישע האנטשריפט - אויך פון דער פעטער־ בורגער מלוכה־ביבליאטעק(11.49 .*מג)׳ געװיס פון דעם זעלבן מקור און פון דער זעלבער צײט׳ װי די אויבן דערמאנטע׳ באװײזט אונז א װײטערן שריט אינ׳ם פראצעס פון סטיליזי־ רונג (זײט 3)• די לוחות שטעהען שוין ניט אין הינטערגרונד, אויף א מרחק׳ אזוי װי זײ װערן געזעהען פונ׳ם ארײנגעהער אין טעמפל׳ ניט האבענדיג די העזה צו געהן צו נאהנט צום הײליגטום׳ נאר זײ בילדען דעם מיטלפוגקט פון דער קאמ־ פאזיציע. דאס׳ װאס מיר זעהען א ר ו ם די לוחות איז שױן ניט די אײנריכטונג פון א טעמפל׳ ניטא מעהר דער לאנגער זאל מיט די נעבענשיפן און מחיצות׳^ מיט די לײכטער און כלים׳ נאר אײנציג די בײשטידלאך פונ׳ם ארון־קודש• די לוחות זײנען ארויסגערוקט צו׳ן אונז נעהענטער און דער ארון־קודש איז אזוי װי א רעהמל פאר זײ• אבער דער ארון־קודש װערט אויך שוין ניט געפיהלט אין זײן געגענשטענדליכקײט• דער פראצעס פון דעם ארנאמענטאלן גלגול האט אויך אים פאר־ כאפט׳ די בײשטידלאך׳ דער געזימץ... אלעס צעפאלט זיך אויף קװאדראטן און קרײזן׳ און די שריפט פלעכט זיך ארום די דאזיגע צוברעקעלטע בױ־גלידער׳ װעלכע זײנען עס שוין מעהר ניט• אויף דעם װעג זײנען געגאנגען די מזרח־מענשן בכלל• די אראבער האבן סטיליזירט אויף זײערע תפלה־טעפיכען, י! 5