Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 2 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--191-9581475- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דער טויער־מאטיװ אין דער בוך־קונסט♦ טיפיזירט געװארן• העכסטענס האבן זײ געקאנט האבן אן השפעה אויף שפעטערע מאהלעכצן פון דעם זעלבן אינהאלט- אלס פארבילדער- אבער זײ פלעגן ניט באנוצט װערן אלס פארלאגע פאר דער באפוצונג פון א בוך בכלל. א גאנץ אנדערע ראלע שפילט אין דער הינזיכט דער טעמפל• אויף׳ן בילד זײט 4 זעהען מיר א בלאט פון א האנט־ שריפט פון ספר שמות- װעלכע מ׳קאן משער זײך אז זי איז גע־ שריבן אין מצרים אין יאר 930 (גענומען פון דער פעטערבורגער מלוכה־ביבליאטעק 17 .ח ■^). אויף׳ן ערשטן בליק װירקט דאס בלאט רײן ארנאמענטאל. ס׳װײזט אויס װי א טעפיך. א קאמפאזיציע פון רײן ־ געאמעטרישע און געװיקסען ־ צײכ־ נונגען• פארט אבער איז עס נאך ניט קײן טעפיך״ נאך ניט קײן פארגלױוערטע באפוצונג; װירקליך לעבען פולסירט נאך אין די דאזיגע פארמען• דאס איז א בילד פון א טעמפל. מיר קומען ארײן דורך ברײטע טוירן״ דרײ אײנגאנגען זײנען עס• צװישען דעם מיטלען- גרעסערן״ אײנגאנג און די זײטיגע ליגען נישען״ װעלכע זײנען פארפילט מיט פאנטאסטישע בלומען״ - אדער זײנען דאס אפשר סטיליזירטע בײמערי מיר געהען גלײך פארויס און מיר דערזעהען א גװאלטיגע מנורה- װעלכע װאקסט אויס פאר אונז אין דער מיט פונ׳ם חלל. אירע ארימס זײנען גראד ־ װינקעלדיג געבויגן און טראגן אײללעמפלעך. הינטער דער מנורה שטײגט ארויס דער ארון־קודש. אפ־ געטײלט דורך א מחיצה. דער ארון־קודש איז מיט צװײ פליגלען און געקרוינט מיט א געזימץ• אינעװײניג שטעהן אויפגעשטעלט צװײ לוחות מיט דרײעקיגע אויערן (טאבולא אנסאטא). רעכטס און לינקס פונ׳ם ארון״ אינ׳ם שטח פון דער מחיצה״ רוקן זיך ארויס צװײ גרויסע צװײגען. זײנען זײ אויף דער װאנט געמאלט. אדער זײנען זײ אין רעליעף אויס־ געארבעט? דאס איז שװער צו באשטימען. אין די זײטן זײנען נאך אויסגעשטעלט די כלי־הקודש. דאס אויסגעפוצטע פעלד פון אויבן און די שמעלערע פעלדער בא די זײטן״ זײנען אודאי מאזאיק־פוסבאדן. אין אן אנדער בלאט פון דער זעלבער האנטשריפט׳ װעלכעס גיט אונז אביסל אן אנדער געמעל פונ׳ם הײליגטום׳ זעהען מיר װידער די מנורה׳ דאסמאל שוין מיט פארקײלעכיגטע׳ אויפגעהויבענע ארימס• דער שטח׳ אין װעלכן זי שטעהט׳ איז דא אפגעגרעניצט אויך פון די זײטן״ און דער צװיטער אויב מיר זאלן דעם מאמר ״אין אנהײב איז געװען דאס װארט״ פשוט װערטליך נעמען׳ װאלטן מיר געמוזט זאגען׳ אז אויך דאס געשריבענע װארט איז געװען דער ערשטער׳ דער אנטשײדענדער מאמענט פון דער שאפונג. אזוי האט עס טאקע די ײדישע לעגענדע פארשטאנן׳ בשעת זי דערצײלט׳ אז נאך מיט צװײ־טויזנט יאר פאר דער װעלט־באשאפונג איז שוין די תורה געװען׳ און גאט ברוך הוא האט זיך מיט איר ארומגעטראגען׳ און זי איז געװען זײן פרײד׳ כביכול• די געשיכטע פון דער שריפט לערנט אבער׳ אז זי איז תחילת ארויסגעבילדעט געװארן פון בילדליכע אויסמאלונגען׳ אפ־ בילדונגען פון די זאכן׳ װאס געפינען זיך אויף דער װעלט• אין אנהײב איז אלזא געװען די טאט׳ אין זינען פון א שאפונגסאקט• די שריפט איז שוין ערשט א װײטערדיגער שריט׳ א אפשפיגלונג פון דער װעלט־שאפונג• און ניט בלויז די צײכן פון דער שריפט׳ נאר אויך דער סדר פון שרײבן׳ דער אופן װי אזוי א בוך אויסצופוצן׳ דער פארמאט פונ׳ם בוך - אלעס איז א אפבילדונג פון די זאכן׳ װאס געפינען זיך אין דער נאטור און אינ׳ם לעבען׳ טראגט אויף זיך דעם אפשײן פונ׳ם װירקליכן לעבען׳ און נאר מיט גרויס מיה און אין א לאנגזאמן פראצעס פון אנטװיקלונג איז עס פארגלױוערט געװארן אין די באװאוסטע פארמען• אין די אלטע ביכער׳ אדער ריכטיגער: אין די פארמעטענע האנטשריפטן׳ פון װעלכע ס׳האט זיך ארויסגעבילדעט אונזער פאפירנער בוך׳ זײנען די שפורן פון דער אפשטאמונג נאך ניט אפגעװישט׳ דער גאנג פון דער סטיליזירונג איז נאך ניט אזוי װײט געקומען׳ אז מ׳זא?/ ניט קאנען אים נאכפאלגן צוריק אויף זײן אנטװיקלונג׳ און דא װערט באלד אנזיכטיג׳ אז דער אנהײב פונ׳ם בוך איז געװען - דער טעמפל• געװיס׳ מ׳קאן אויך זאגען: אין אנהײב איז געװען דער ט ו י ט ׳ דען די עלטעסטע עקזעסטירענדע באפוצטע האנט־ שריפט׳ דער בארימטער פאפירוס פון לואװר׳ אנטהאלט קבורה־ צערעמאניעס געמאלטע מיט גאלד און לײכטענדע פארבן. אדער מ׳װאלט אויך געקאנט באהויפטן׳ אז די התחלה פונ׳ם בוך איז געװען די מ ל ח מ ה ׳ װײל די פריהעסטע אילומינירטע פארמעטענע האנטשריפטן׳ װעלכע זײנען אונז באװאוסט׳ די װירגיל־ראלן פונ׳ם 4טן יארהונדערט׳ אנטהאלטן סצענעס פון מלחמה• אין די דאזיגע בײדע פאלן האנדלט עם זיך אבער װעגען אילוסטראציעס׳ װאס זײערע קאמפאזיציעס זײנען ניט סטערעא־