Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 17

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 17 (sequence 27)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--095-9581380
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

די אמװדסדונג שן דער מאדערנער גראפיכ די ליטאגראפיע ־ו־ דעם מײסטערס האנט״ דעם קונסטאויפטו/ נאך מער פרײד בעת מען דערמאנט זיך װאס פאר אמי פון טעכניק דא שטעקט. אין דער ליטאגראפיע איז נישט מ׳שניצט ארויס די צײכ־ נונג מיט רעליעפליניעס׳ נישט מ׳קריצט זי אײן אין דער טיף. מ׳פירט זי ארויף אויף דעם גלאטן שטײן און ער בלײבט פלאך און גלאט װי פריהער * מיט כעמישע מיטלען דערלאנגט מעך אז די צײכנונג גופא זאל אויף זיך קאנען אננעמען דרוקפארב. די איבעריגע ערטער זאלן אפשטויסן פון זיך די פארב. דאס איז א פלאכדרוק מיט א כעמישער מעטאדע. א מעכאנישע זאך. דער קינסטלעה נאכדעם װי ער האט די צײכנונג געמאכט אויף פאפיר״ האט מיט דעם שטײן גופא נישט צו טון. אויפן שטײן און אין דרוק קומט שוין די צײכ־ נונג רײךמעכאניש. קײן נײע קונסט־זאך װערט דערבײ געװים נישט״ די ליטא־ גראפיע האט אבער גאר אן אנדער פארדינסט• דאס ערשטע מאל האט זי געװיזן דעם װעג אויפצוהיטן פאראנאנע קונםט־ זאכן און צו פארמערן זײ אין גרויסע מענגעם• נאך מער: זי גיט די מיגליכקײט נאכצומאכן נישט בלויז ליניעס און שטריכן״ נאר גאנצע געדיכטע פארבנשטיקער״ װאס װערן געמאלט (אויף פאפיר אדער לײװענט) מיט א װײכן שטיפט״ מיט קויל אדער מיטן פענזל. נישט דער האלצשניט״ נישט דער קופערשטעך האבן אזוינס נישט געקאנט אויפטון. די גרעסטע מעלה פון דער ליטאגראפיע איז געװען״ װאס זי האט זיך ארויםגעשטעלט אימשטאנד איבערצוגעבן טוששמירן און קערנדיגע קרײדשטריכן. דאס האט זי געמאכט פאר דעם פאפולערסטן מיטל אין בילדדרוק• דערהויפט האט זי באדארפט באליבט װערן באם קינסטלער׳ װאס האט זיך געװאלט אפגעבן בלויז מיט דער צײכנונג אלײן״ נישט געזארגט און ניט געקלערט װי אזוי דאס צו פאר־ מערן. װאס פאר א גליק דאס איז צו קאנען צײכענען און נישט דארפן קלערן׳ װי אזוי דער און דער שאטן אדער יענער קאנטור װעט אויסזעהן אויף דער פלאטע געשניצט אדער גע־ קריצט! פאר א צײכנונג׳ װאס איז אויסן^ פעסטצוהאלטן דעם שטײנדרוק׳ דער ליטאגראפיע׳ פעלט דער יחוס גלאנץ׳ דער פײנער גרינבליכער שימער פון אן אלט בראנזנשטיק. עפיס שטעקט אין דעם די װאכעדיגקײט פון א מאסנזאך׳ פון אן אויפגעקומענעם די לעצטע צײט• פון אלע מינים בילדדרוק איז די ליטאגראפיע די ױנגסטע׳ זי האט זיך באװיזן ערב דעם בורזשואזן 19טן יארהונדערט. יעדער נײער אויפטו אין בילדדרוק איז געװען א שטיק דעמאקראטיזירונג. אין 14טן יארהונדערט איז דאס פירגע־ קומען מיטן האלצשניט• דער האלצשניט האט אויסגעריסן דאם בילד און דאס װארט פון דער אריסטאקראטישער אײנ־ מאליגקײט און דאם איבערגעגעבן דעם כלל׳ כאטש אפילו נישט גאר קײץ גרויסן קרײז• אין 15טן יארהונדערט האט דאם זעלבע אויפגעטאן דער קופערשטעך׳ נאך מער און זיכערער האט דאס אויפגעטאן די לעצטע צײט די ליטאגראפיע׳ װאס האם זיך געשטעלט צו דינען דער שטארק אויםגעװאקסענער פרעסע. מ׳װארפט אויס דער ליטאגראפיע׳ אז זי רעפראדוצירט א צײכנונג רײן־מעכאניש ז נישט די אײגענע מעטאדע׳ נישט די אײגנארטיגע טעכניק׳ נישט דער פארשידענארטיגער מא־ טעריאל׳ װאס װערט באנוצט צו דער פארמערונג׳ - איז דא נישט בולט אויסגעדרוקט• אין האלצשניט און אין קופערשטעך איז דאס געװען גאר אנדערש. די צײכנונג׳ װאס איז אויסגעשניצט מיט רעליעפ־ ליניעס אין האלץ אדער אױסגעקריצט אין דער טיף אין קופער׳ איז נאכדעם באם פארמערן׳ באם דרוקן׳ אדױס גאר אנדערש. לויט דער נאטור פון האלץ אדער פון דער קופערפלאטע און פון דעם געצײג (דער מעסער׳ דאם גראבשטעקל׳ די קריצ־ נאדל)׳ װאס איז דערבײ גענוצט געװען׳ איז די צײכנונג ארוים אין ערשטן פאל (באם האלץ) גרעבער׳ עקיגער׳ קאנ־ טיגער אבער קרעפטיגער אויך ז אין קופער איז זי געװארן פײנער׳ פארשידנארטיגער אין די שטריכליניעם. גראד אין די דאזיגע אײגנארטיגע םימנים שטעקט אפטמאל דער רײץ פון אזאך. ם׳איז א פרײד פארן אויג צוצוזעהן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.