Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 10 (sequence 20)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--088-9581373- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
. מאקס ליבערמאן / פארטרעט פון באראן בערגער• ז1מ8וחז6נ061 ^16א .ז86ז66 1 63x00ס 14בז1זס? חגר פארסרעט אץ דער הײנטיגיער סונסט דאס- װאס אויך די װיסנשאפט האט אין דער אײגענער צײט ארויסגעפונען - אז א רויטע זאך גאר װײזט זעהר זעלטן אויס רויט״ און אז זי קאן אננעמען כל׳ערלײ פארבן לויט דער באלויכטונג/ אונטער װעלכער זי שטײט און לויט דער סביבד,/ אין װעלכער זי געפינט זיך. און א שאטן איז נישט קײן שװארצע טוך״ װעלכע לײגט זיך אויס איבער די רויטקײט. א שאטן איז תמיד געפארבט״ עם איז נישטא קײן שװארצקײט אין דער נאטור אזוי װי עס איז נישטא קײן שװארצקײט אין א אויפגעשפאלטענעם שטראל פון ליכטיג־ קײט. דער אימפרעםיאניסט מאלט די זאכן אין דער באלויכ־ טונג פון א באשטימטער רגע״ אט אזײ װי זײ טרעטן אויף גראד ״איצט״ און גראד ״דא״. ער װיל װײזן די ״ערשײנונג״ אין דער העכסטער מדרגה פון אמת׳דיגקײט. ער גלויבט לחלוטין נישט דערין״ אז עס איז פאראן אנ׳אנדער אופן פון ״ריכטיגקײט״ װי די פלוצימדיגע״ װי די״ װעלכע מען מוז אויפכאפן אין פלוג. און דערפאר האבן די אימפרעסיאניס־ טישע בילדער אין זיך עפעס צאפלדיגם״ צערפלאטערטעס און לעבעדיגס - בקיצור דאס״ װאס מען פלעגט פריהער אנרופן דער אימפרעסיאניזם איז געװען דער אויסדרוק פון א גאנץ באשטימטער װעלט־אנשויאונג. ער האט אין זיך גובר געװען די אלטע סתירה צוײשן דעם אמת׳ן ״זײן״ און דעם בלויז ״דוכטן זיך״. דאם ״דוכטן זיך״״ האט ער געזאגט״ דאס איז טאקע דאס סאמע אמת׳ע זײן• די דאזיגע קונסט״ װעלכע װײזט אויס אויף דעם ערשטן קוק אזוי פײן״ אזוי צעפלאטערט און אזוי פיל־פארביג״ האט אין דער אמת׳ן אנ׳אויסטערלישע אויסגעהאלטנקײט אין זיך• די מאלערײ האט דאך תמיד צו טון מיט דעם ״דוכטן זיך״• זי איז דאך נישט ביכולת צו געבן עפעס אנדערש װי די אויבערפלאך פון די זאכן. אבער די פריהערדיגע קונסט האט זיך פון תמיד אן געפלײסט״ ארויס־ צוציהן פון דער דאזיגער אויבערפלאך ״כאראקטעריסטישע״ שטריכן און צו געבן אויף װעלכן נישט איז אופן דעם ״תמצית״ פון די זאכן• די פריהערדיגע קונסט האט למשל געמאלט א רויטע זאך גאר רויט״ טאקע פשוט רויט״ אהן קײן שום קונצן? און טאמער איז אויף דעם רויט געלעגן א שאטן״ איז דער דאזיגער שאטן געװען נישט מעהר װי א פארטונ־ קעלונג פון דעם רויט. דער אימפרעסיאניסט האט דערזעהן