Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 22

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 22 (sequence 39)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--041-9581326
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ב־בד־ע־ע דלרציײדרבגען עסכועטייעו אבאדיז־רכו 1. ווי דוד המלך פארנעמט אבשלומ׳ס טויט♦ װאם די^שלוחים יאגן מיט זי . צװײ סצענעסרפעסנרצונויפגע־ ריקט• בלויז״די סצענעס? קײן אײן װארט ניט דערבײ- װאסץאל דערקלערן- װאס זאל שטארקן אדער זאל לינדערן דעם אײנ־ דרוק• אזוי װי דאס שלוחים שיקן איז דא ניט צונויפגעפרעסט בלויז אין הײםן און אין פאלגן• נאר װיקלט זיך אפ דראמא־ טיש און האלט דעם לײענער געשפאנט• אזוי שטײגט אויך די אנגעצויגנקײט װײטער• א נײע סצענע: דער לײענער איז באם קיניג• דער קיניג זיצט צעקאכט אין דער פעסטשטאט מחנים באם טויער- געװארפן צװישן האפענונג און זארג• װײט צילט זײן אויג צום שליח• װאס זאל אים ברענגען דעם אנ־ זאג• אבער ניט קײן כראניק הערט איר דא װעגן שליח• װעגן אנזאג• װעגן יאמער• צו ניכטער װאלט דאס געװען און דאס װאלט ניט פארמאגט די קראפט צו רירן און װעקן דעם לײע־ נער אין 3000 יאר ארום• די געשעהענישן פארלויפן דא סצע־ ניש• נעבן די אויםערע פאקטן װאקסט דא שטופנװײז דער אינעװײניגסטער געמיט־צושטאנד: די ציטעריגע האפנונג און דער שטומער װײ• אן אויסקוקער שטײט אין דער הויך אויפן טויער און דערקענט אין דער װײט א מענשן לויפן• ער שרײט דאס אראפ• און דער קיניג אונטן בײם טויער שפירט• אז דא קומט דאס• װאס ער האט אזױ לאנג געװארט• איז דאס האפענונג? שרעק? דו װערסט דא ארײנגעצויגן געדיכט אין דער מיט• אזוי װי דײן זאך װאלט דאס געװען• און ס׳באנעמט דיר א שטילע פײן• : דער לויפער איז שוין נאהנט• דעם ארויסקוקערס אויג דערשפירט דעם שאטן פון א צװײטן• ער שרײט דאס אראפ• דער קיניג איז געשפאנט פון א דאפלטער שליחות• און װי־ דער לאזט זיך הערן דעם אויםקוקערס שטים: ״איך זעה דעם ערשטענס לויפן אזוי װי אחימעץ בן צדוק לױפט״• די האפנונג שטײגט״ אסימן װיל דא דער קיניג זעהן: ״גוט איז דער מאך און צו גוטן איז זײן אנזאג״• אחימעץ טרעט פאר אים• ״שלום״ מיט אהויכער שטים און געבוקט זיך פארן קיניג טיף צו דער ערד: ״געבענשט איז גאט דײן גאט; ער האט דיר איבער־ געענטפערט די לייט- װאס האבן אויפגעהויבן די האנט קעגן מײן האר דעם קיניג׳/ אבער דעם קיניגס הארץ לעכצט צו הערן בלויז פון זײן זון: ״צי איז גאנץ דער ױנג אבשלום?״ אומזיסט דאס פרעגן- אחימעץ פערמײדט דעם יא אדער נײן• ״איך האב געזעהן דאס געװימל גרויס- װען ױאב- קי־ ניגס קנעכט- האט אהער געשיקט דײן קנעכט און האב ניט געװאוסט- װאס״• שפירט שוין ניט דער קיניג דעם ענטפער אין זײן פנים• אין זײן באנעמען• אין דער שטים? אבער דער קיניג װיל מער פון אים ניט װיסן: ״קער אפ און שטעל זיך אין װאלד אפרים- װאס צו מזרח דעם ירדן- האט ױאב דער הויפטמאן געשלאגן דאס אויפגעשטאנענע מורדים־פאלק• אבשלום איז געבליבן שטעקן אין צװײגגעפלעכט אין אן אלה־בוים? אים האט ױאב ארײנגעשפארט דרײ פײד־^ן אין הארצן• צעהן ױנגען- ױאב׳ס װאפנטרעגער- האבן אים דער־ שלאגן ביז לעצט• אין מחנים דער פעסטשטאט װארט דער קיניג• פעסט איז דער קיניג אין זײנע קריגערס גבורה- אבער דעם פאטער קלעמט דאס װעגן דעם זון דעם װידערשפעניגן: לעבט ער נאך? די חיל־פירער איז פארזאגט געװען מיטן קיניגם װארט: ״געהיט זײט מיר מיטן ױנג אבשלוםז״ װער זאל ברענגען די שװארצע בשורה? װער זאל זיך אנלאדן דעם ביטערן נסױן צו װאונדן דעם קיניגס הארץ מיט דער פײל בראך? אײנעם א אדל־זון- אחימעץ בן צדוק- דעם קיניגס לויפער- איז נאך דאס הארץ פארלאפן מיט צארן• און פארטויבט איז ער גאר פון מלחמה־ליארם• ער טרעט פאר ױאב׳ן און שפארט ארויס מיט הײסן נצחון־אטעם: ״לאז מיך לויפן און אנזאגן דעם קיניג- אז גאט האט איבמ אויפגעריכט פון זײנע פײנטס הענט•״ זײן בלאנדזנדיג אויג זעהט ניט דעם שװער געטראפענעם פאטער• אבער ױאב דער הויפטמאן איז געהיט און באטראכט• ער האלט צוריק דעם צעהיצטן אחימעץ און רופט דעם געמײנעם כושי- װאס זײן פנים איז אזוי שװארץ װי די געשעהענע זאך• ס׳איז ױאב׳ס זאך• ױאב פארהוילט ניט פארן קיניג- װאס ער האט געטאן? ער שײט זיך אבער דאס פירצוברענגן דעם קיניג מיט אײגענע רײד- און ער באפוילט דעם כושי: ״גײ זאג דעם קיניג- װאס דו האסט געזעהןז״ דער כושי בוקט זיך פאר ױאב׳ן און לויפט זײן װעג• אבער אחימעץ׳ן קלאפט דאס הארץ: זאל דער דאזיגער שװארצער זײן אינמיטן צװישן דעם טויטן פרינץ און דעם געטראפענעם קיניג דעם פאטער? אחימעץץ נעמט ניט די פארכט פארן קי־ ניגס צארן• װאס זאל טרעפן דעם יבשורה ברענגער• ער טרעט פאר ױאב׳ן אוץ זאגט: ״זאל געשעהן- װאס ס׳װיל- איך לויף אויך נאך דעם כושי״• נאך אמאל פרובט ױאב צוריקצוהאלטן דעם אדל־זון מיט אניכטער װארט• אבער אחימעץ איז שטײף בײ זײנם: ״זאל זיין- װאס ס׳װיל- איך ל־יויף״. ױאב טרעט אפ פארן פעםטן װילן מיט אקורץ װארט: ״לויףי״ און אחימעץ לאזט זיך לויפן איבערן טאל ירדן- און שוין דעריאגט ער דעם כושי און לאזט װייט הינטער זיך דעם שװארצנס שאטן• דעם לײענער נעמט די פײן- אבער נאך מעהר קלעמט דאס אים- דעם װיםער- פארן קיניג- פאר דעבם שמערצליכן װיםן- 22

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.