Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1939-04-01 · 6-4 (אפריל-יוני) · p. Seite 915

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
3 (1939)
Issue
6-4 (אפריל-יוני)
Date
1939-04-01
Page
Seite 915 (sequence 10)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/3771019-7564094-7565872--0926-3771938
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מ. 5ינדער 152 באפעלקערונג פון מיטלשטאט. אין משך פון 1938-1931 האבן די פארשטעט אין םױם־בילאנם (פראגע שפילט דא נישט קײן גרויסע ראלע) אײנגעשלונגען קארגע 30 טויזנט קריםטלעכע גרונט׳באפעלקערונג §ון די מיטלשטאטישע ראיאנען. מיר ד״אבן דא אזוי ארום צו טון מיט אן אינעװײניקסטער איבער- װאנדערונג פון די געדיכט באװוינטע און װײניקער היגיעגישע מיטלשטאט׳ פערטלען אין די באקװעמערע, פאר דער לעצטער צײט שטארק אויםגעבויטע פארשטאט׳קװארטאלן ארי-ין. דער דאזיקער אינעװײניקסטער איבערװאנדער׳פראצעמ װערט אבער פארהאמעװעט פאר די טויערן פון יידישן געטאז די יידישע ב&פעלקערונג, װאס איז אין 9/10 קאנצענטרירט אין מיטלשטאט, נעמט אין די פראצעםן בכלל נישט קײן אנטײל, אדער נאר א מינימאלן. דער וװקם פון דער יידישער באפעלקערונג אין די פארשטעט קומט פאר א םך פאמעלעכער װי בײ די קריםטן אויך אין דער ערשטער תקופה, אין דער צװײטער אבער װערט ער כמעט אין גאנצן פארהאלטן. אקעגן זשע אין מיטלשטאט, וװ די יידישע באפעלקערונג האט זיך אין ערשטן יארצענדליגג אויסגעגלײכט אין איר וװקם מיט דער קריסטלעכער, בלײבט זי אין דער צװײטער תקופה אײנע אלײן אויף דעם פלאץ: בשעת די יידישע באפעלקערונג איז דא געװאקסן מיט 4,6%, האט די קריסטלעכע צו פארצײכענען א ירידה אויף 5,7%, אן אבםאלוטן אנװער פון בערך 30 טויזנט נפשות. בכן האט די יידישע באפעל־ קערונג, װאם איז געװאקםן מיט 14 טויזנט נפשות, פארשטאפט טײלװײז דעם לאך, װאס די קריסטן האבן איבערגעלאזט אין מיטלשטאט, און פארקלענערט דעם אלגעמײנעם דעפיציט פון דעם שטאטטײל, פארשטארקנדיק דערמיט איר װאג אין דער באפעלקערונג פון 38,6 פראצ׳ אין 1921 ביז ס,41 פראצ׳ אין 1938. 11 אבער אין פרט פון יידישער געדיכטקײט שטעלט די גאנצע מיטלשטאט מיט זיך נישט פאר דאס יידישע געטא. די יידן װוינען נאר אין עטלעכע ראיאגען פון דער שטאט, אין איר צפון׳טײל, וװהין ס׳איז אין יאר 1824ב אריבערגעטראגן געװארן דער יידישער רעװיר, און וװ די יידן זײנען געבליבן ביז הײנט, קארגע 80 יאר נאך דער גלײכבארעכטיקונג און דער ליקװידירונג פון געזעצלעכן רעװיר. דאם זײנען די 4 ראיאנען-דער לעשנער, מוראנאװער, םאװאנזקער און גזשיבאװער (דער 3טער, 4טער, 5טער און 8טער קאמיסאריאט), אין װעלכע ם׳זײנען קאנצענטרירט 1 2/3 פון אלע װארשעװער 1 זיג ג 11[0/ע02ז ״1 ץ״82£11־1פ07ו 6מ[ץ1:30!1118!מ11>8 ץ2131נ>0י1 5 2ס!^16^11וץ82 .8;2 .זא ,1930 ,ץזױמ82זמ7^ ,1914—1792 מזץמשסץזסז&גז לויט ד״ר ר. נזאהלערן?בער איז דער ײדישער רעוױר?פגעש^פט געװארן אין י?ר 1825 (זע: צ§ל און צעשפרײטוגג פון יידן אין װארשע אין 18טן י״ה, אין .״לאנדקענטעניש-, נומ׳ 2, װארשע 1934).

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.