Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 3 (1939)
- Issue
- 3-1 (יאנואר-מארץ)
- Date
- 1939-01-01
- Page
- Seite 815 (sequence 62)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564094-7565871--0825-3771838- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ה. שנער 60 די נידעריקע באלוינונג צװינגט די יידישע לערערם צו זוכן ארבעט אין ע ט ל ע כ ע שולן, נאך מער: די ײדישע לערערם זיינען אין א גרעםערער מאם װי די ניט׳יידישע באשעפטיקט אין §ארשײדענע טיפן שולן. די צאל לערערם, װאם ארבעטן אין פארשײדענע טיפן שול (למשל אין א פאלקשול און אין קינדערהײם, אין א מיטלשול און אויף §אכקורםן), איז בײ יידן טאפלט אזוי גרוים װי בײ ניט־ײדן. העכער א צענטל פון אלע יידישע לערערס (11,9 פראצ׳) מוזן זוכן חױנה אין פארשײדענע שולן, בשעת בײ ניט־יידן איז דער פראצענט לערערם, װאס מוזן זײער ארבעט טײלן אויף עטלעכע מינים שולן, א םך א קלענערער, און באטרעפט 5,9 פראצ/ די דאזיקע דערשײנונג האט זיכער א נעגאטױוע השפעה אויף דער ארבעט פון יידישן לערער, זי איז אויך א שטער אין דער אויםפירונג 8ון זײן אײגנט־ לעכער דערציערישער אויפגאבע. די יידישע לערערם זײנען נישט גלײך פארטרעטן אין אלע קאטעגא־ ריעם שולן. א בילד פון זײער אנטײל אין די באזונדערע מינים שולאנשטאלטן, מיט א פארטײלונג אויף עפנטלעכע און פרױואטע, גיט אונדז טאב׳ 111. די לערערם, װאם זײנען באשעםטיקט אין פארשײדענע מינים שולן, זײנען בי_י יעדן שולטיפ גערעכנט געװארן באזונדער. די טאבעלע איז שײך אזוי ארום נישט צו די לערער־נפשות, נאר צו לערער־פאםטנס• אינעם נידעריקםטן גארן פון דעם שולװעזן, אין די ק י נ ד ע ר ה ײ מ ע ן, זײנען באשעפטיקט 166 יידישע לערערם, ד״ה 8,1 פראצ׳ פון דער גאנצער צאל. אלע ייד׳ לערערס ארבעטן אבער אין פריװאטצ אנשטאלטן פון דעם מין, — אין קינדערהײמען, װאם װערן אויסגעהאלטן דורך דער מלוכה אדער די אלײן־פארװאלטונגען, זײנען יידן צװישן דעם לערער־פערםאנאל נישט בנימצא. דאם פאלקשול־װעזן גיטבאשעפטיקונג 4085 ייד׳ לערערם(ס/5,20), אין עפנטלעכן פאלקשול־װעזן זײנען יידן רעפרעזענטירט נאר מיט אזעלכע 2,2 פראצ/ אקעגן אין פריװאטן עלעמענטארן• שולװעזן מאכן די יידן אוים שוין 43,5 פראצ/ דאם מלוכישע פאלקשול־װעזן, װאס איז דער הויפט־ארבעט־ גצבער פאר די ױנגע לערער־פוחות, איז פארן יידישן אינטעליגענט כמעט אין גאנצן פארשפארט. פדאי צו באמערקן, אז םון די 1617 יידן באשעפטיקטע אין די עפנטלעכע שולן זײנען העכער פיר פינפטל (81,1 פראצ׳) פרויען, בעת װען בײ ניט־ײדן מאכט דער זעלביקער פראצענט אױס 55,7 פראצ/ 51 פראצ׳ פון די?ערערם 88רדינען װײניקער פון 75 גילדן, 22 פרןוצ׳ פון 76 ביז ססנ און נאר 23 פר^צ, לערערם ה$בן פ$רדינט 100 ביז 200 גילדן 8 חרדש; א 8ארדיבםט איבער 200 גילדן ה$בן געה?*ט באר 4 פר^צ, פרן די לערערס.