Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 72)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0400-3771747- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
׳. לעשטשינפקי 70 בײ ניט-יידן איז דער פראצענט פרויען אין אלע פראלעטארישע גךופעס גרעסער. װי געזאגט, האבן מיר ניט קײן פארטײלונג פון די באשעפטיקטע לויט עלטער. און דאם איז דאך גראד אײנע פון די װיכטיקסטע פראגעם. מיר װײםן פון צוקוקן זיך צום לעבן, אז בײ יידן איז דער אנטײל פון יוגנטלעכע צװישן די ארבעטער גרעסער װי בײ ניט-יידן. ם׳לײגט זיך אויך אויפן שכל, אז בײ יידן, וװ די ארבעטער זײנען פארנומען אין די קלײנע װארשטאטן און אין האנטװערק, מוז דער פראצענט ױגנטלעכע זײן העכער װי בײ ניט-יידן כזע טאב׳ ז, 69). די דאזיקע טאבעלע רעדט אומדירעקט א גענוג קלארן לשון: װאס גרעםער דער פרןזצענט יוגנטלעכע, אלץ קלענער דער פראצענט יידן. אין דער ערשטער קאטעגאריע אין װארשע מאכן די יידישע ארבעטער אויס קוים 2,3 פראצ, און די ױגנטלעכע ביז 17 יאר באטרעפן אין דער דאזיקער גרופע אונטערנעמונגען נאר ס,2 פראצ, •נ אין דער לעצטער קאטעגאריע—אין האנט- װערק, וװ יןדישע ארבעטער מאכן אוים 32,7 פראצ/ זײנען שוין פאראן דריי מאל א העכערער פראצענט ױגנטלעכע - 6,5 פראצ/ נאך ב1לטער טרעט די די דאזיקע ערשײנונג ארויס אין לאדזש: אין דער העכסטער קאטעגאריע גאר 1,7 פראצ, יידישע ארבעטער און 1,3 פראצ׳ יוגנטלעכע$ אין דער נידעריקסטער קאטעגאריע, וװ די יידישע ארבעטער באטרעפן שוין 39,7 פראצ/ דערגרײכט דער פראצענט ױגנטלעכע שוין—6,1 פראצ/ דער צוזאמענ• האנג איז אבםאלוט קלאר. אויך דער פראצענט ארבעטער פון 18 ביז 21 איז אין דער קלײן-אינדוםטריע און אין האנטװערק צװײ מאל גרעםער װי אין דער גרוים-אינדוםטריע. ם׳איז דעריבער גאר קײן ס§ק ניט, אז אין פרט §ון עלטער-בוי פון פראלעטאריאט אונטערשײדט זיך דער יידישער פרזןלעטאריאט גאנץ שטארק. פדי דאם אלגעמײנע בילד פון יידישן פראלעטאריאט אין װארשע און לאדזש זאל זײן גענוג קלאר, װעלן מיר ברענגען דא אײניקע אלגעמײנע ידיעות װעגן ארבעטלאזע בײ יידן און ניט-יידן לויט דער צײלונג 5ון 1931. דאס איז דאם ערשטע מאל, אז מיר פארמאגן בכלל אפיציעלע דאטעם װעגן יידישע ארבעטלאזע, און מיר װעלן װייטער, בײם באטראכטן די פרא5עםיאנעלע גלידערונג פון יידישן פראלעטאריאט, גענויער זיך אפשטעלן אויך אויף דער ארבעטלאזיקײט אין באזונדערע װירטשאפט-אפטײלן און אינדוםטריע-צװײגן. אמת, די דאטעם, װי דער גאנצער מאטעריאל, װאם װערט דא באהאנדלט, געהערן צום יאר 1931 און האבן שוין איצטער ניט קײן פראקטישן װערט. זײ קאנען אבער בלתי ספק דינען פאך א װעגװײזער בײם שאצן די פארשײדענע מדרגות פון ארבעטלאזיקײט אין נוארשײדענע פראפעםיעס און פארשײדענע אינדוסטריע-צװײגן, און דעריבער אויך בײ יידישע ארבעטער, אויף װיפל זײ זײנען קאנצענטרירט אין געװיםע בראנזשעם.