Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-01-01 · 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
Date
1938-01-01
Page
[Seite] (sequence 68)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
83% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564112--0396-3771743
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

׳. ^עמטשיבסקי 66 אין פארגלײך מיט 1921 האט דער פראצענט אנגעשטעלטע בײ יידן געשטײגט: אין װארשע פון 19,5 פון אלע פראלעטאריער אויף 25,5 און אין לאדזש פון ס,19 אויף 21,4 פראצ/ דער וװקס פון די אנגעשטעלטע בײ יידן איז געגאנגען אינטענסיװער װי דער וװקם פון די ארבעטער. ס׳יאיז בײ ײדן שטארק געפאלן דער אנטײל פון דינסטן אין דער פראלעטארישער משפחד., נאר װעגן דעם האבן מיר שוין העכער גערעדט. אײדער מיר גײען איבער צו דער פראפעסיאנעלער גלידערונג פון פראלעטאריאט, װאס װעט ערשט געבן אקאנקרעט בילד פון בוי 3ון דעם דאזיקן קלאם בײ יידן און ניט־־יידן, װילן מיר זיך פארהאלטן אױף דער װאג פון דעם יידישן פראלעטאריאט אין דער פראלעטארישער משפחה §ון די צװײ גרעםטע שטעט אין פוילן. שטעלט דאך פאר מיט זיך דער פראלעטאריאט 8ון די דאזיקע צװײ שטעט ניט נאר קװאנטיטאטױו, נאר אויך קװאליטאטױו די צענטראלע שלאגקראפט פון ארבעטער־קלאם. זײנען דאך קאנצענטרירט אין די דאזיקע צװײ שטעט, װעלכע האבן געהאט אין 1931 נאר 5,6 פראצ׳ פון דער באפעלקערונג, גאנצע 18,2 פראצ׳ פון גאנצן פראלעטאריאט (אן די לאנדװירטשאפטלעכע ארבעטער). בײ יידן איז דער דאזיקער פראצענט געװיס נאך העכער. לײדער האבן מיר נאך נישט די ידיעות װעגן דער צאל יידישע לויננעמערם אין 1931 אין גאנץ פוילן. דער פראצענט יידישע פראלעטאריער פון אלע לויננעמערם האט באטראפן: אין װארשע—אין 1921 18,8 און אין 1931 18,9 פראצ'$ אין לאדזש—אין 1921 18,3 און אין 1931 שוין 20,0 פראצענט. אין בײדע שטעט צוזאמען איז די װאג פון יידישן פראלעטאריאט אין דער פראלעטארישער משפחה געװאקםן פון 18,7 פראצענט אין 1921 אויף 19,3 אין 1931. אין אלגעמײן קאן מען זאגן, אז ניט געקוקט אויפן אינטענסױוערן וװקם פון די פראלעטארישע עלעמענטן בײ יידן, איז פון דעםט װעגן נאך אלץ דער פראצענט פון יידישן פראלעטאריאט לגבי דעם גאנצן פראלעטאריאט כמעט 2 מאל קלענער פון פראצענט יידן לגבי דער באפעלקערונג 8ון די באטראכטע דא צװײ שטעט. דאס איז גערעדט װעגן פראלעטאריאט אין גאנצן, אבער אין פארשײדענע טײלן זגינע איז דער פראצענט יידן זײער פארשײדן (זע טאב׳ ז׳ 67). די טענדענץ איז א ב§ירוש קלארע אין בײדע שטעט: די װאג 8ון יןדישע פראלעטאריער האלט אין שטארקן שטײגן בײ דער העכסטער גרופע פראלעטאריער—בײ די אנגעשטעלטע. װאלט מען געקאגט אויסטײלן די באאמטע פון דער דאזיקער גרופע, װאלט דער פראצענט געװארן נאך ב1לטער. על פל פנים א§ילו מיט די באאמטע, װעלכע באשטײען דאך אין זײער גרעסטער צאל §ון ניט־ײדן, איז דער אנטײל פון יידן אין דער דאזיקער גרופע באדײטיק געװאקסן: אין װארשע אויף 27,9 פראצ׳ און אין לאדזש אויף 30,0 פראצ/ מען מוז צוגעבן, אז אויך בײ יידן, כאטש זײ װערן ןימ

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.