Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-01-01 · 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
Date
1938-01-01
Page
[Seite] (sequence 66)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
86% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564112--0394-3771741
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י,?צ&טעזינסקי 64 די דיםקרעפאנץ צװישן ײדן און ניט-יידן איז נאך גאנץ גרױם, אבער זי שרומפט אײן: אין 1921 האבן בײ ניט-ײדן די פר$לעטארישע עלעמענטן אויםגעמאכט מער מיט 73,8 פראצ׳ און שפעטער מיט צען יאר שוין נאר מיט 59,2 פראצענט מער. באזונדער גענומען האבן די פראלעטארישע עלעמענטן אויסגעמאכט לגבי אלע עקאנאמיש אקטױוע: 1) אין װארשע-בײ ײדן 41,6 פראצ׳ אין 1921 און 49,7 פראצ, אין 1931; בײ ניט-ײדן אין די שײכותדיקע יארן 70,8 פראצ, און 78,5 פראצ/ 2) אין לאדזש-בײ יידן 44,7 פראצ, אין 1921 און 53,8 פראצ, אין 1931־, בי_י ניט-יידן - 81,4 פראצ, און 87,1 פראצענט. די פארגרעםערונג איז געװען בײ יידן פמעט א§ינ3טל אין בײדע שטעט; בײ ניט-ײדן—אין װארשע ביי 11 פראצ, און אין לאדזש נאר 7 פראצ,. אמת, דער הויכער פראצענט פראלעטארישע עלעמענטן בײ ניט-יידן אין לאדזש לאזט פשוט שוין נישט צו קײן גרויסן װײטערן וװקם. אין אלגעמײן-ײדן און ניט-ײדן צוזאמען-האבן די פראלעטארישע עלעמענטן באטראפן אין 1931: אין װארשע-70,8 פראצ, און אין ל$דזש- 77,6 פראצ, און אין בײדע שטעט צוזאמען—73,1 פראצ, פון אלע עקאנאמיש אקטױוע. דאס זײנען פראצענטן, װעלכע מען טרעפט געװײנטלעך נאר אין גרויסע שטעט §ון הויך אינדוםטריאליזירטע לענדער. מיר האבן ביז ןגהער אפערירט נאר מיט דער עקאנאמיש אקטױוער באפעלקערונג. ם׳איז אבער אויך אינטערעםאנט 5עסטצושטעלן דעם פראצענט §ון דער באפעלקערונג, װאם לעבט פון לוין, װאס װאקסט און פארברענגט זײן לעבן אין א פראלעטארישער סביבה. ס׳האבן געלעבט כ־ון לוין אין 1931: אין װארשע-בײ דער גאנצער באפעלקערונג- 67,1 פראצ,; בײ יידן-ס,43 פראצ,; בײ ניט-יידן-77,4 פראצענט. אין לאדזש: בײ דער גאנצער באפעלקערונג—72,8 פראצ,; בײ .י?דן-46,8 פראצ,; בײ ניט-ײדן-85,9 פראצענט. מיר האבן גענומען ביז איצט אלע לוינגעמערס אין אײן גרופע, ארי_ינ- רעכענענדיק ניט נאר אנגעשטעלטע און באאמטע, װאס צװישן זײ זײנען דאך פאראן ניט װײניק אזעלכע, װאס באקומען הויכע געהאלטן און לעבן װײט ניט אין א פראלעטארישער אטמאםפער, נאר אויך די כאלופניקעס, װעלכע פארמאגן דאך אײגענע פראדוקציע-מיטלען, כאטש ס׳איז אך און װײ צו די דאזיקע אײגענע פראדוקציע-מיטלען. קלאר, אז דער סאציאלער בןןשטאנד §ון פראלעטאריאט שטעלט פאר מיט זיך אגאנץ גרויםן אינטערעם. מיר גײען דעריבער איבער צו דעם דאזיקן װיכטיקן פונקט (זע טאב, 11^ ז, 65). דער פראצענט אנגעשטעלטע (און באאמטע) מאכט אויס אין װארשע בײ יידן און בײ ניט-ײדן העכער א §ערטל §ון אלע לויננעמערס. מיר װעלן שפעטער א ביםל זען, אז בײ ניט-ײדן מאכן אויס די באאמטע דעם גרעםטן רוב פון דער דאזיקער גרופע, בעת װען בײ יידן זײנען דאם פמעט נאר אנגעשטעלטע. אין לאדזש, וװ ס׳זײנען שוין נישטא אזוי 3יל באאמטע כוױ

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.