Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 50)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0378-3771725- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. לעשטשיבםקי 48 ביאלאגישע סיבות דעקן זיך קעגנזײטיק, און די אמתע סיבות, װעלכע װירקן אויפן קלענערן פראצענט עקאנאמיש אקטיװע בײ ײדן, בלײבן יענע םאציאלע פאקטארן, װעלכע מיר ד.אבן אנגעװיזן אין קאפיטל װעגן װארשע. ס׳איז גאך פדאי צוצוגעבן, אז בײ בײדע גרופעם באפעלקערונג איז שטארק געװאקסן דער פראצענט מענטשן אין פראדוקטױון עלטער: בײ יידן אין װארשע פון 42,5 אין 1921 אויף 49,1 אין 1931 און אין לאדזש פון ס,42 אויף 48,0. בײ נישט־יידן אין װארשע פון 47,2 אין 1921 אויף 52,8 אין 1931 און אין לאדזש פון 46,2 אויף 50,4. דאס האט געװיס געװירקט אויפן וװקם פון עקאנאמיש אקטױוע ביי בײדע גרופעם באפעלקערונג. מיר קאנען זיך דא ניט אפשטעלן אויף די םיבות, װעלכע ברענגען צו אזעלכע פארשײדנקײטן צװישן יידן און ניט־יידן. אין פרט פון דעם געשלעכט- און עלטער-באשטאנד. די דאזיקע פראגעם װעלן מיר ברײט באטראכטן בײם באהאנדלען דעם צײלונג-מאטעריאל §אר גאנץ פוילן. לאמיר דא נאר אנװײזן אויף אײן מאמענט, װאם װירקט אויף דער גרעסערער צאל פרויען בײ ניט-יידן אין די גרויםע שטעט. מיר האבן אין ארטיקל װעגן װארשע אנגעװיזן, אז די גרויסע צאל דינםטן בײ ניט-יןדן מאכט העכער דעם פראצענט עקאנאמיש אקטיװע בי_י זײ, אבער די הויכע צאל דינסטן מוז אויך מאכן העכער דעם פראצענט פרויען ביי ניט־יןדן. אזוי זײנען געװען פון הונדערט עקאנאמיש אקטױוע אין שטוביקן דינםט (1931): איץ װןןרשע א יןאדזש בײ יידן .... 3/0 2/8 ״ ניט-ײדן. . . 13,1 8,1 אין װארשע זײנען געװען דינסטמײדלעך בײ ניט-יידן העכער פיר מאל מער װי בײ ײדן און אין לאדזש העכער דרײ מאל מער. די באשעפטיקטע אין שטוביקן דינםט באשטײען אויף 99 פראצענט §ון פרויען, און דאס איז פמעט נאר א צוגעפארענער עלעמענט, װאס האט ניט קײן פאמיליעם. מיט דער שטוביקער דינערשאפט חזרט זיך דא איבער די ערשײנונג, װעלכע מיר האבן קאנסטאטירט בײ װארשע: םױײנען געװען אין לאדזש ײדישע דינסטמײדלעך אין 1921 — 4.126 און אין 1931 שוין נאר — 2.383, פמעט צװײ מאל ווײניקער{ בײ ניט-יןדן איז געװארן פאר דער אייגענער צײט פון 9.768 — 17.210 אדער פמעט צװײ מאל מער. מיר האלטן פאר איבעריק צו מאכן בײ לאדזש דעם אײגענעם אנאליז, װאס מיר האבן געמאכט בײ װארשע װעגן דעם פראצענט עקאנאמיש אקטיװע בײ אײנצלנע פראפעםיאנעלע גרופעם — ס׳װאלט אויםגעקומען איבערצוחזרן כמעט די זעלבע װערטער. מיר גײען איבער צו די פאםיװע, װעלכע װערן אויסגעהאלטן פון די עקאנאמיש אקטיװע. ג