Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 38)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0366-3771713- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
<*. לינדער 36 דרומדיקע װאיעװאדשאפטן, אנטקעגן אן אנװער פון העכער א העלפט אין די צענטראלע און מזרחדיקע. 11 מיר האבן די גאנצע צײט זיך אפגעשטעלט אויף דער ד י נ א מ י ק פון דער שטאטישער באפעלקערונג בײ פארשײדענע נאציעס, אויף דעם אבםאלוטן וװקם אדער ירידה פון די פארשײדענע באפעלקערונג־גרופעס אין פארשײדענע טײלן פון לאנד. אזא אדער אן אנדער טעמפ פון די פראצעםן װערט אין רצזולטאט פארפיקםירט אין א געװיםן ס ט א ט י ש ן צושטאנז/ װעלכער שפיגלט אפ די נאציאנאלע סטרוקטור פון די שטעט אין געגעבענעם מאמענט, װאם די צײלונג האט אויפגעכאפט. דעם רעזולטאט פון די פראצעסן במשך די 10 יאר גיט איבער אונדזער טאבעלע ז\ נז׳ 07. אין 1921 האבן די יידן באטראפן 30,6% פון דער גאנצער שטאטישער באפעלקערונג, אין 1931 27,3%; רעכנט מען אראפ די מערבדיקע װאיע־ װאדשא§טן, וװ יידן שפילן נישט קײן שום ראלע, באקומט זיך, אז אחוץ דער קראקעװער װאיעװאדשאפט, וװ ץדן בילדן בערך §ון דער שטאטישער באפעלקערונג, האבן זײ אין די איבעריקע װאיעװאדשאפטן באטראפן אין 1921 נישט װײניקער װי %, דערגײענדיק צי 45,5%׳ 46,2% און 48,2% אין דער נאװארעדקער, ביאליםטאקער און לובלינער װאיעװאדשאפטן, און אריבער־ שטײגנדיק א העלנוט פון דער שטאטישער באיועלקערונג אין דער פאלעםיער (56,4%) און װאלינער (58,6%). אזוי ארום האבן די יידן געהאט אין 1921 אן אבסאלוטע מערהײט אין די שטעט §ון 2 מזרחדיקע װאיעװאדשאפטן און א רעלאטיװע מערהײט אין 2 דרומדיקע (םטאניסלעװער און טארנאפאלעח און אין אײן מזרח־װאיעװאדשאפט (נאװארעדקעי) $ פון 7 װאיעװאדשאפטן מיט 2 נאציאנאלע מיעוטים האבן יידן פארנומען א דאמינירנדיקע ראלע אין גאנצע 5. אין יאר 1931 האבן די ײדן אומעטום פארלוירן זײער אבםאלוטע מערהײט און אין טארנאפאלער אויך זײער רעלאטיװע מערהײט. אזוי שטעלט זיך פאר דער מצב אין םטאטישן קװערשניט $ דאם דינאמישע בילד—די ירידה פון ײדישן אנטײל אין די שטצט במשך די 10 יאר באקומט זיך אט װאםער: אין דורכשניט פאר גאנץ פוילן איז דער יידישצר אנטײל געפאלן מיט 10,8%, און אן די מערב־װאיעװאדשאפען נאך װײניקער. העכער §ון דער דורכשניטלעכער ירידה איז געװען די ירידה אין דער װארשעװער, קעלצער און ביאליסטאקער װאיעװאדשאפטן (5ון דער צענטראלער גרופע) און, אחוץ דער נאװארעדקער, אין אלע מזרחדיקע װאיעװאדשאפטן־, שװאכער װי אין דורכשניט איז געפאלן דער ײדישער אנטײל אין די דרומדיקע װאיע־ װאדשאפטן. נאך אונדזער פריערדיקן אנאליז איז עס לײכט 8ארשטענדלעך: דער טעמפ פון דער ירידה פון יידישן אנטײל לויפט בדרך פלל פאראלעל צום טעמפ פון וװקם פון נישט־יידישן אנטײל, און אזוי לאנגי װי אנטקעגן