Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 72)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0501-3771639- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. לצמטשינםקי 166 צװישן בעל-הבית און לויננעמער זײנען בײ זײ ר&דיקאל פארשײדענע און די פאליטישע באזע פון זײער קלאםגקאמף איז ביז גאר א פארשײדענע. מיר האבן אבער גערעכנט נאר די אנגעשטעלטע (באאמטעז. נעמט מען נאך די ארבעטער, װעט מען באקומען פאר װארשע א פראלעטארישע ארמיי פון אזעלכע 75 טויזנט מענטשן, װעלכע געפינען זיך אין גאנץ אנדערע עקאנאמישע און פאליטישע באדינגונגען, װי דער איבעריקער פראלעטאריאט, און װאס טײלן זיך גאנץ באזונדערס אפ 8ון יידישן פראלעטאריאט. 8 מיר האבן ביז איצט זיך אפגעשטעלט אויף אײנצלנע װירטשאפט׳ אפטײלן און באזונדערע װירטשאפטצװײגן, װײל אויף די דאזיקע ב1לטע בײשפילן איזגעװעןגרינגערארויסצוארבעטן און קלאר צו מאכן דעם אײגנארטיקן און אינדיװידועלן פנים פון ײדישן פראלעטאריאט. מיר האבן ניט ארויסגעריםן פון דער גרויםער צאל אפטײלן און צװייגן אויסנאמען, כדי צוצוקלעפן צום יידישן פראלעטאריאט א באזונדער ״נאציאנאלן״ פנים. מיר האבן גענומען ב1לטע בײשפילן, װעלכע גיבןדי אלגעמײנע דערשײנונגען אין אשטאר• קערער און בפירושערער פארם; מיר האבן בכן גענומען פארביקע בײשפילן, נאר װײל זײ זײנען טיפיש, װײל זײ שטרײכן נאר אונטער דאם, װאס איז 5אראן אין אלע איבעריקע אפטײלן און צװײגן און אפילו אין אײנצלנע 5אכן. געטא בתוך געטא און װײטער בתוך געטא — א מין דרײגארנדיקע געטא װערט טאקע קלאר פון די צװײ טאבעלעס, װעלכע מיר ברענגען איצט. זײ גיבן אונדז ניט נאר אלע אפטײלן און צװניגן, נאר אויך אלע גרעסערע 8אכן, און ם׳באקומט זיך א שרײענדיק קלאר בילד: ניט נאר זײנען יידישע פראלעטאריער מער פארנומען אין יענע אפטײלן, װעלכע זײנען לויט זײער נןזטור מער מםוגל צו ערגערע ארבעט• און לוין-באדינגונגען, נ$ר אין די ראמען §ון יעדער אפטײל קומט אויס װי זײ קלײבן אוים אדער װערן ארײנגעשטויסן אין יענע װירטשא5טצװײגן, װעלכע טראגן אין זיך די שװיץ־סיםטעם׳מפה; און װידער אין די ראמען פון יעדן װירטשאפטצװײג קאנצענטרירן זײ זיך אין יענע 5אכן, וװ די שװיץ-סיםטעם הערשט אין דער שארפסטער און שטארקםטער פארם. טאב׳ גיט אונדז דעם אנטײל 5ון יידישע אנגעשטעלטע אין באזונדערע װירטשא5טםאפטײלן, װירטשא5טצװי_יגן און אין אײנצלנע פרא5עםיעס. און דאס אלגעמײנע בילד איז ניט װײניקער קלאר, װי בײ די בײשפילן, װעלכע מיר האבן העכער געבראכט. אין אלע רובריקעס, אן אײן אויסנאם, און אין בײדע שטעט אײן קלארע טענדענץ: װאם קלענער דער בוי פון אפרא5עםיע, 5ון אצװײג, 5ון אן אפטײל, אלץ העכער דער אנטײל 5ון יידן. און זעלבסטפארשטענדליך אויך 5ארקערט: װאס קאנצענטרירטער, 5אבריקמעסיקער א 5אך, א צװײג, אן אפטײל, אלץ קלענער דער אנטײל 5ון יידן.