Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 54)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0483-3771621- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ל. גןולדהאמער 148 די יידישע געבורטיקײט באטרעפט װײניקער װי א ויעל5ט 5ון דער אלגעמײנער געבורטיקײט, װעלכע איז במשך די 5 יאר געבליבן פמעט אויף דער זעלבער הײך. אקעגן איז די שטארביקײט בײ יידן אויף מער װי 3/ג נידעריקער װי די אלגעמײנע. דער נאטירלעכער צװואקס §אלט םיי בײ דער אלגעמײנער, סיי בײ דער ײדישער באפעלקערונג; אבער בשעת אין 1931 האט דער יידישער נאטירלעכער צװואקס באטראפן בערד ג/1 פונעם אלגעמײנעם, איז ער אין 1935 געפאלן אויף710. 2 די געבראכטע דאטעם װעגן דער פארטײלוגג פון דער ײדישער באפעלקע- רונג אויף שטאט און דארף גיבן אונדז שוין אן אחיזה צו דערקענען די װירטשאפטלעכע סטרוקטור פון דער ײדישער און ניט-יידישער באפעלקערונג אין רומעניע. לאמיר קודם פעםטשטעלן, אז אין יאר 1930 האט רומעניע פארמאגט 10.542.000 עקאנאמיש אקטיװע, װאס ססס.1.823 פון זײ האבן זיך אויפגעהאלטן אין די שטעט און ססס.8.719 אין די דערפער. ״מער װי אהצלפט §ון דער גאנצצר באפעלקערונג — 58,4 פראצ, — איז אזוי ארום עקאנאמיש אקטױו. דאס בילד באקומט זיך אבער א פארשײדנס, װען מען נעמט באזונדער ײדן און ניט-יידן; דער פראצענט עקאנאמיש אקטיװע באטרעפט בײ ניט-יידן 54,9, בײ יידן נאר 42,7, ד״ה מיט א גאנץ פינפטל קלענער. אין אלט-רומעניע אין 1913 איז דאם פארהעלטעניש געװען נאך אומגינציקער. ביי ניט-יידן איז דער מצ5 געװען פמעט אזוי װי אין 1930 (54,6), אבער בײ ײדן האט דער פראצענט אקטיװע באטראפן נאר 28,2 ד״ה אויף א העלפט■ נידעריקער װי בײ ניט-יידן, און אויף בערך ,־/1 נידעריקער װי אין 1930..די סיבה ליגט דערין, װאס בײ דער אייף 3/4 אגרארישער באפעלקערונג װערן קינדער איבער 14 יאר שוין באטראכט פאר אקטיװע, בשעת בײ יידן מיט זײערע שטאטישע פרא5עסיעס זיינען קינדער אין דער עלטער נאך פאסיװ. די פראפעסיאנעלע סטרוקטור §ון די רומענישע יידן איז ענלעך צו דער, װעלכע מען טרע§ט ביי יידן אין אלע מזרח- און דרום-אײראפעישע לענדער: אן איבערװאג פון האנדלם- און קרעדיט-פראסעסיעס, א היפשדר טײל אין אינדוםטריע, דער עיקר אין מלאכה, א גאנץ אנזעעװדיקער טײל אין פרײע פראפעםיעס, װײניק אין עפנטלעכן דינםט. אינדוםטריע און מלאכה זײנען בײ יידן— רעלאטױו גענומען — דרײ מאל אזױ שטארק §ארטרעטן װיבײ ניט- יידן, האנדל אפילו צען מאל. מען מוז זיך םפעציעל אפשטעלן אויף צװײ בראנזשעס, מעגן װעלכע ס׳װערן אנגעגעבן בנוגע יידן אומגלײבלעך הויכע צאלן: כ