Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 37)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0466-3771604- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
131 ילדישע ארבעט אין ױדישע אינדוםצזריע-אונטערנעמונגען צו פארשטײן דעם שװערן װעג פון ײדישן פראלעטאריאט, וואם בלייבט אויםן פון די גרעםטע אונטערנעמונגען. װי אזוי ס׳װאלט אויםגעזען בײם הײנטיקן טאג די פן־אפעסיאנעלע און םאציאלע סטרוקטור §ון די פוילישע יידן, װען זײ װאלטן געהאט די זעלבע שאנם4 דעם זעלבן צוטריט צו דער מלוכישער פאבריק, װען זײ װאלטן צו גלײך מיט אנדערע געקענט אנטײל נעמען אין דער עקאנאמישער אנטװיקלונג §ון לאנד—די פראגע לאזן מיד־ איבער פארן םאציאלן טרוימער. אבער ניט געקוקט אויף די אלע מניעות, ניט געקוקט אויף א גאנצער רײ. פאקטארן, װאם זײערע װארצלען שטעקן גיט אין עקאנאמיק, זײגען מיר עדות §ון אן אומאויפהערלעכן פראצעס 5ון לאבארא- זירונג און איבערשיכטונג, װעלכער האט באװיזן דורכצורײסן אלע דאמבעם, אפרוימען אלע שטײנעו/ װעלכע די װירקלעכקײט האט אים געשטעלט. ניט מער, װײל א גרויםער טײל פון דער פאלקם׳ענערגיע האט געמוזט פארװענדט װערן אויף גובר צו זיין די א5ני־נגף, איז דער טעמפ און פארנעם פון דער איבערשיכטונג אשװאכערער, הגם.אגאנץ קענטיקער, אגענוג אנזעעװדיקער. די ידיעות, װעלכע מיר האבן באקומען אויפן יםוד פון דער אנקעטע, פרעטענדירן נישט, קענען נישט פרעטענדירן אויף פולקומענקײט. זײ קענען בשום אופן ניט געבן קײן סך-הכלען. די שינויים אין פראפעסיאנעלן און םאציאלן בוי §ון די פוילישע יידן קומען דאך פאר ממש אויף אונדזערע אויגן, זײ װערן דאך ערשט. ניט פרעטענדירנדיק אויף םיפומים, זײנען מיר אבער זיכער, אז אונדזערע צי8ערן צײכענען אן די טענדענץ, דעם װעג, אויף װעלכן עם גײט דאם פוילישע יידנטום. אין 405 יידישע אינדוסטריע-אונטערנעמונגען האבן אין יאר 1929 געארבעט 16.010 ארבעטער; אין 624 יידישע אונטערנעמונגען אין יאר 1937 האט די אנקעטע פעםטגעשטעלט 23.225 ארבעטער< יידישע ארבעטער זײנען אין 1929 געװען 2.621, אין יאר 1937—5.407. דער וװקם פון די יידישע ארבעטער האט אזוי ארום א סך אריבערגעשטײגט דעם וװקס §ון דער אלגע- מײנער צאל ארבעטער. צעגלידערט מען די אלגעמײנע צאל ארבעטער אויף יידישע און ניט-יידישע, באקומט זיך, אז בשעת די ערשטע זײנען געװאקסן אויף 106,3 פראצ/ זײנען די ניט-יידישע געװאקסן אויף 33,1 פראצ/ אמת, דער אבסאלוטער וװקס בײ די ניט-יידישע ארבעטער איז געװען גרעםער (4.429) װי בײ די יידישע (2.786). אויפן הויכן וװקם פון די יידישע ארבעטער האט געװים אויך שטארק געװירקט די נידעריקע אבסאלוטע צאל זײערע אין אויםגאנגפונקט—אין יאר 1929. דאך איז דער גרויםער מהלך צװישן יידישן און ניט-יידישן וװקם זײער םימפטאמאטיש און גיט גענוג גרונד צו אפטי- מיסטישע אױםפירן. דאם װערט גענוג קלאר בײ אפארגלײך פון די 405 אונטערנעמונגען, װעלכע האבן עקסיסטירט אין 1929 און אין 1937.