Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 34)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0463-3771601
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

128 מ. לינדער און ה. זונערי ארבעטער אין דער פאבריק אאז״װ). אװדאי זײנען די ראמען פונעם 8רעג• בויגן גענוג באגרענעצט, און װער ם׳װעט פארװארפן, אז דאם אדער יענם פראבלעם איז ניט אויסגעפארשט געװארן, װעט אין דעס זינען זיין גערעכט ן מען מוז אבער אויך געדענקעין, אז צו פראבלעמען, װאס דאר§ן און װאס זײנען װערט אויסגעפארשט צו װערן,. איז גאר קײן םוף נישטא. נעמט מען אין אכט, אז אונדזערע קארעספאגדעגטן ליװערן מאטעריאל אן שום האנאראר, װעט מען מוזן מספים זײן, אז מער באשװערן זײ האט מען נישט געקענט. עטלעכע §ראגעס §ון פרעגבויגן נײטיקן זיך אין געװיסע פירושים. דערװאקסענע משפחה־מיטגלידער פון פאבריקאנט זײנען ארײנגערעכנט געװארן צװישן די באשעפטיקטע; פארשטײט זיך, אויב זײ האבן געארבעט אין דער אונטערנעמונג אדער אויסגעפירט אין איר די פונקציעם פון אן אנגעשטעלטן. די צאל באשעפטיקטע האט באדארפט אנגעגעבן װערן פאר דרײ צײטפונקטן (1929, 1932 און 1937); אבער §אר אן אינדוסטריעלער האבן מיר אנגענומען די אונטערנעמונג, װאם האט אין יאר 1937 געציילט 5 און מער באשע§טיקטע, אפילו װען זי האט אין די §ריערדיקע יארן באשעפטיקט װײניקער. קלאר, אז נישט אלע אין יאר 1937 עקםיסטירנדיקע אונטערנעמונגען זײנען אין די פריערדיקע יארן געװען טעטיק, און דער§אר איז די צאל אויםגעפארשטע אונטערנעמונגען נישט פאר אלע צײטפונקטן גלײך. די טאבעלע 1 (ז׳ 127) גיט אן די צאל אונטערנעמונגען, §אר װעלכע מיר האבן ידיעות װעגן זײער פערסאנאל אין די באזונדערע יארן. די אנקעטע האט ארומגענומען אין יאר 1929—405 אונטערנעמונגען, אין יאר 1937—624 אינדוסטריע־אונטערנעמונגען, דאס הײסט נישט, אז במשך די 8 יאר זײנען צוגעקומען 219 יידישע אונטערנעמונגען! האבן דאך בלי שום ספק עקסיסטירט אין 1929 אחוץ די דורך אונדז ארומגעגומענע 405 אונטערנעמונגען נאך אנדערע, װעלכע האבן זיך אין דער צװישנצײט ליקװידירט, אדער פארקלענערט זײער פערםאנאל און ארויםגעפאלן ממילא פון אונדזער אויםפארשונג, װעלכע האט פאר איר אויסגאנגפונקט גענומען די צאל יידישע אינדוםטריעלע אונטערנעמונגען װאס האבן עקםיםטירט אין יאר 1937. מיר האבן אזוי ארום באקומען 2 םטאטיםטישע מאםעם, װאם פאדערן מעטאדיש א באזונדער באטראכטונג: די ערשטע נעמט ארום אין 1937 נאר די 405 אונטערנעמונגען, װעלכע האבן עקסיםטירט אין 1929, די צװײטע נעמט ארום אין 1937 אחוץ די 405 נאך 219 אוגטערנעמונגען, װעלכע זײנען אויפגעקומען אין דער צװישנצייט, און פאר װעלכע מיר האבן ממילא קײן פארגלײך־מאטעריאל נישט. די ערשטע מאסע איז פארגלײכלעך אויך בנוגע דער אבםאלוטער גרײם פון דער צאל ארבעטער; די צװײטע איז §ארגלײכלעך נאר, אויף װיפל עסהאנדלט זיך אין אנטייל פון 1י יידישע ארבעטער אין דער אלגעמײנער זןרבעטערשאפט—דער אנטייל איז דאך נישט קײן פועל־יוצא פון דער צ§ל אונטערנעמונגען, נאר א §ארהעלטעניש כ

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.