Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 32)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0461-3771599- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מ.?יבדער און ה. ענעו■ 126 לאמיר זיך אפשטעלן אויף דער מעטאדישער זײט פון אונדזער אוים־ פארשונג און כאראקטעריזירן דעם געזאמלטן מאטעריאל. אלע קארעםפאנדענטן האבן דורכגעפירט די אויספארשונג מיט דער הילף פון גרײטע?זנקעטע־בויגנס, װעל5ע זײ האבן באקומען צוגעשיקט כ־ון דער סעקציע. די בויגנס זײנען געװען פון צװײ מינים: אן אלגעמײנער פאר דער שטאט און צו אײן אינדי־ װידועלן בויגן פאר יעדער ײדישער אונטערנעמונג באזונדער. דער אלגעמײנער בויגן ״א״ האט געדארפט זײן א קאנטראל־בױגן <דער קארעספאנדענט איז געװען מחוי5 אויםצורעכענען אלע יידישע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען אין שטאט) און געבן אויך עטלעכע גרונטיקע ידיעות װעגן די ניט־יידישע אונטערנעמונגען און בכלל װעגן דער אינדוסטריע אין דער שטאט. דער בויגן האט די ערשטע אויפגאבע זײנע אויסגעפירט און זײער אפט מעגלעך געמאכט אויסצוגעפינען געװיםע בלײזן אין דעם קארעספאנדענטס ארבעט און פאדערן פון אים צוגאב־ידיעות. װאם שײך אבער די אלגעמײנע ידיעות װעגן דער אינדוםטריע אין שטאט זײנען זײ זײער קנאפ און מיר האבן געמוזט זיך אפזאגן פון זײער באארבעטונג. ׳ דער בויגן ״ב״ איז אן אינדױוידועלער און האט גצדארפט אויםגעפילט װערן פאר יעדצר פאבריק באזונדער אויפן םמך פון די ידיעות, װאם דער קארצספאנדענט האט באקומען פון אײגנטימער 8ון דער פאבריק, אויב מעגלעך אויפן סמך פון די פאבריקביכער, אדער פון אן אנדער פארלאזלעכער פערזאן. די ראמען §ון דער אנקעטע זײנצן §ון §ארויס באגרענעצט געװארן, זי נעמט ארום נאר פאבריקן, ד״ה אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, װאס באשעפטיקן 5 זןדער מער ארבעטער, אן אונטערשײד פון בראנזשצ און אן חילוק, צי מען באנוצט זיך מיט קרא§ט אדצר האנטארבעט. דער דאזיקער בויגן ״ב״ האט געדארפט נישט נאר באלײכטן דעם צושטאנד פון דער אינדוסטריעלער אונטערנעמונג בײם היינטיקן טאג, נאר האט אויך געזאלט געבן א סאציאגראפישן צושטײער צו דער ראלע §ון יידן װי אונטערנעמער אין דער אלגעמײנער אינדוסטריאליזירונג §ון לאנד. דעריבער האט דער בויגן ״ב״ פארמאגט צװײ גרופעס פון פראגעס: אזעלכע װאס זײנען שײך צום אונטערנעמער, צום מענטש—זײ טראגן דעריבער מער א פערזענלעכן כאראקטער ׳, אנדערע, װזןם זײנען נוגע דער אונטערנעמונג, װאם טראגן א זאכלעכן כאראקטער. דער בויגן האט פארמאגט די װײטערדיקע פראגעס: גרינדונגם׳יאר, פון װעמען געגרינדעט, װאס װערט אין דער §אבריק אויםגעארבעט, פון װאנען באקומט די §אבריק רוישטאף, צי װערט זי געטריבן מיט קראפט, װי אלט איז דער אײגנטימער, װאם פאר אן אלגעמײנע בילדונג פארמאגט ער, מיט װאס האט ער זיך פריער באשעפטיקט, מיט װאס האבן זיך באשעפטיקט זײנע עלטערן; דער אפזאצ• מארק, ארבעטצײט במשך דעם יאר, צאל אנגעשטעלטע און ארבעטער אין די יארן 1929, 1932 און 1937, װיפל פערזאן ארבעטן בײ דער אונטערנעמונג ולי'■ טרעגערם, איבער8ירערם וכדומה. צום סוף זײנען אנגעגעבן געװארן עטלעכע