Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 18)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0447-3771585- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. לעשטשיבםקי 112 ם׳איז גענוג צו ברענגען אײניקע דאטעם װעגן דעם פארנעם §ון דער חלוצישער ארבעט, כדי װי געהעריק אפצושאצן איך װערט און װאג אפילו איצט, װצן זי איז אין גאנצן געװענדט מיטן פנים צו ארץ-ישראל, און די גלות־רעזולטאטן זײנען נאר אן אגב-אורחאדיקער פועל׳ױצא פון דער לשמה־ארבעט. 5ון 7.463 חלוצים, װצגן װצלכע מיר האבן ידיעות1 פון זײערע באשעפטיקונגען פארן אנקומען אין א קיבוץ גטאב׳ 11>, האבן כמעט צװײ פיגפטל פריצר בכלל קײן ארבעט ניט פארזוכט, און כמעט אדריטל איז געװען באשעפטיקט אין די בפירוש ײדישע §אכן, װעלכע זײנען ניט נאר איבערפולט, נאר זײנען פארפלײצט מיט ניט־קװאליפיצירטע ארבעט• כוחות. און פון די 26 פראצענט, װזזם זײנען געװען באשע5טיקט ביי בוי און האלץ און אין פארשײדענע פאכן, זײנען געװים אויך געװען ניט װײניק, װעלכע האבן געארבעט אין די ײדישע שװיצװארשטאטן. לאמיר איצט זען, בײ װאס האבן די קיבוצים פארדינט זײצרע ז&כירות. פון 1935/10/1 ביזן 1936/9/30 האט די הסתדרות ״החלוץ״ אין פוילן ארײנבאקומען פאר ארבעט — 2.960.449.50 גילדן. װי אזוי די דאזיקע םומע האט זיך געטײלט װײזט טאבעלצ 111 <ז׳ 111). די דאזיקע טאבעלע דערצײלט אין דער שענסטער און בפירושסטער פארם װעגן די אויפטוען 5ון די חלוצים אויפן געביט 5ון פארברײטערן דעם ארבעט־שטח פון די יידישע מאםן, אויפן געביט פון אויםקעמפן נײע ארבעט• פלעצער פאר דער ײדישער יוגנט. מער פון 80 פראצ׳ פון אלע לוין־הכנםות קומען §ון ארבעטן, װעלכע זײנען אבםאלוט יניט טיפיש 5אר דצר יידישער מאםע, די ערשטע צװײ רובריקעס אלײן-שװארצע ארבעט און פאבריק׳ארבעט-גיבן כמעט א העלפט כ־ון אלע ארבעט-הכנסות. בײ האלץ האקן האט מען פארדינט אזא שײנע םומע, אז זי פארנעמט א גאנץ פײנע פאזיציע אינעם חשבון. נאך העכצר שטײט דער שטוביקער דינםט. ם׳איז כדאי צו דערמאנען, אז די צאל דינםטן בײ ײדן אין פוילן האט זיך פאר צען יאר םלן 1921 ביז 1931 — פארקלענערט גענוי אויף א העלפט, און דא האט זיך אײנגעגעבן גראד עלעמענטן §ון ײדישן מיטל• און קלײן־בירגערטום צוצוציען צו דער דאזיקער ארבעט. אט די דאזיקע טויזנטער יידישע אידעאליםטישע יונגע מענטשן װעלן ניט אלע אויםװאנדערן — די מערהײט פון זײ, טאקע העכער א העלפט, זײנען אפילו אין די יארן פון הויכער אײנװאנדצרונג קײן ארץ־ישראל געבליבן אין גלות. און װיפל טויזנטצר אנדערע יידישע יונגע מענטשן האבן זײ מיטגעשלעפט מיט זיך אין די דאזיקע נײע ארבעטצװײגן \ װיפל פאראורטײלן קעגן יידישער ארבעט אין די רײען §ון די ארבעט־געבער און אין די רײען פון די ניט-יידישע ארבעטער האבן זײ אויסגעמעקט! כ 1 הםמדרוח ״החלוץ׳• בפולין. ההכשרה במםפרים, חוברת ב,