Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 6-5 (מיי-יוני 1938)
- Date
- 1938-05-01
- Page
- [Seite] (sequence 75)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564110--0613-3771538- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
271 *. קלײנעי צוקוקן צו דער שװערער ארבעט פון ײדישן ארבעטער. אחוץ דעם זיינען נאך פאראן א רײ לאקאלע סיבות: 1) ניט געקוקט אויף דער שװערער לאגע איז נאך §ארט דא א קלײנער אנבאט פון יידישער ארבעט, װאם מען קאן אים גארניט פארגלײכן מיטן אנבאט פון ניט־יידישע ארבעט־כוחות. 2) דער גרויםער רעזערװ פון ניט־יידישע ארבעטסהענט האט אראפגעשטויסן דעם ארבעטלוין אויף דעם נידעריקםטן נױוא: אן 8־שעהדיקער טאג פון שװארצער ארבעט 1,50 גל; א פרוי באקומט נאך װײניקער-ס,1 גל$ פאר אן ארבעטסטאג. אין די קלענערע פאבריקלעך זײנען די לוינען נאך עטװאם נידעריקער — §אר א יידן איז שװער צו ארבעטן פאר 1 גל א טאג ־, די יידן װאס מעלדן זיך יא צו אזא ארבעט װיל מען אויך נישט צוגעמען מיטן מאטױו, אז ביי זײ איז די ארבעט ניט םטאביל, װײל זײ זוכן זיך א מעגלעכקײט §ון בעםערע פרנםות. א מײדל למשל, װאס האט נאך דערװײל צו עסן, װערט גיכער ןןן עקספעדיענטין, וװ נאך א יאר זןדער 2 ארבעט װעט זי §ארדינען 30 גל א חודש, ד״ה מער װי א שװארצער ארבעטער. דער עיקר איז, אז זי װעט האבן א בעםערע שטעלונג אין דער געזעלשאפט. 3) קײן שום ארבעטצװײג §ון דער היגער קלײן־אינדוםטריע איז נישט?רגאניזירט. די ארבעטער געהערן נישט צו קײן שום פרא§עםיאנעלן §אראײן. די פאבריקאנטן האבן דעריבער מורא, אז דער באוײםטזיניקער און װײניקער נכנעדיקער ײדישער ןורבעטער װעט ארגאניזירן די ארבעטער, װעלכע װאלטן נאטירלעך ארגאני• זירטערהײט זיך אויסגעקעמ§ט בעםערע לוינען. 4) אין עטלעכע קלענערע §אבריקן װיל מען נישט באשע§טיקן יידישע זורבעטער, װײל מען װיל נישט, זײ זאלן ארבעטן שבת. * בײ אונדז איז §אראן א םפעצי§ישע םיבה, װאם שטערט דער פראדוקטױוי־ זאציע §וןדער יידישער באפעלקערונג: מחמת דעם שכנותדיקן אייבערשלעזיע אנטװיקלט זיך דער האנדל גאר שטארק, און ער איז צוציענדיקער װי די מלאכה. באזונדערס קלײן איז דער צושטראם §ון יידן צו די מאדערנע, גוט־ באצאלטע §אכן (שלאםערײ, ליטאגרא§יע, מעכאניק, אאז״וס. ניט־יידן לערנען זיך אוים שלאםערײ ביי יידישע בעלי־מלאכות און ע§ענען זיך דערנאך װארשטאטן. אזוי איז אין םאםנאװצע נישטא קײן אײן יידישער פרא§עםיאנעלער שא§ער. אין די עטלעכע און דרײסיק יידישע §אבריקן װאלט זיכער געװען פלאץ §אר א דרײםיק יידישע שלאםערם, און איצט זײנען באשע§טיקט סך־ הכל 3 יידישע שלאםערם. אין דער זאקן־אינדוםטריע, װאם נײטיקט זיך נאר אין קװאלי§יצירטע ארבעטער, איז אויך נישטא קײן אײן יידישער ארבעטער. אין םאםנאװצע איז, װי באקאנט, אנטװיקלט א גרויםע שװער־אינדוס־ טריע (הוטעם, קוילן־גרובנס), װעלכע באשע§טיקט נאך איצט טויזנטער ארבעטער. אין אט דער אינדוסטריע זײנען יידן פארטראטן אין א זײער א קלײנער צאל װי ארבעטגעבערס און אין גאנצן נישט װי לויננעמערס.