Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-07-01 · 8-7 (יולי-אויגוסט 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
Date
1938-07-01
Page
[Seite] (sequence 64)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564107--0707-3771409
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מ. לינז־ער 356 דרײ מאל האט זיך די אימיגראציע אין די פאראײניקטע שטאטן נאך דער מלחמה אײנגעבראכן: אין פארגלײך צו די לעצטע פאר־מלחמה-יארן קומט דער ערשטער קלאפ נאך דער גזרה פון 1921, דער צװײטער נ$ך דער גזרה פון 1924, דער דריטער אין רעזולטאט פון קריזים. װען מען נעמט א5ילו װי אן אויםגאנגפונקט די נידעריקע ציפער פון 1900 — 1903, באקומט מען, אז די יידישע אימיגראציע אין די פאר, שטאטן באטרעפט איצט ניט מער װי פון דער דעמאלטיקער, דאס באטייט, אז 5ון דער ארביטע §ון יידישע װאנדערונגען זײנען די ב־אראײניקטע שטאטן לחלוטין פארשוװנדן. מעגן זיך אפילו איבער דער לעצטנס געבעסערטער קאנױנקטור, װי אויך איבער דעם װאם די יידיש־דײטשע אימיגראציע חאט עפעס בעםערע ־ד — ▼ מעגלעכקײטן װי די מזרח־יידישע, די ציפערן א ביםל הײבן <אין יזןר 1936 שוין 6252 יידישע אימיגראנטן), צום אמאליקן מעמד אין דער יידישער װאנדערונג װעלן זײ נישט קומען צוריק. קײן מאל האבן די אנדערע לענדער נישט געקענט 5ארבײטן פאר די יידן די כ־ארלארענע כ־אראײניקטע שטאטן, בפרט איצט װען אויך אין די אנדערע לענדער - קאנאדע, ארגענטינע - האט זיך געלאזט װי אומעטום 2ילן די צײט. ביזן יאר 1930 האלט זיך די יידישע אימיגראציע אין קאנאדע אויף דער זעלבער הײך, בכדי מיטן פארטי3ן זיך §ון קריזיס אראפצופאלן ביז א צענטל אדער כמעט א צענטל. ניט א םך בעסער פורעמט זיך די ײדישע אימיגראציע קײן ארגענטינע - אויך דא זעט זיך גאנץ בולט אן דער כאראקטעריםטישער רים צום אנהײב 5ון קריזים, װעלכער האט אויף 2 — 3 יאר רעדוצירט די יידישע אימיגראציע ביז צו א מינימום, בכדי ערשט אין 1934 צו דערלויבן איר לײכט זיך צו הייבן. §אר5ירט האבן אויך די הא&ענונגען אויף דעם נײעם אימיגראציע־שטח בראזיל, װעלכער האט זיך קענטיק נאך דער מלחמה ארויםגערוקט: אויך בראזיל האט נישט אויםגעמיטן דעם קריזים, און די גלענצנדיקע אנהײבן אין דער הקופה ביז 1930 האבן נאך 1930 נישט אויסגעהאלטן, און דאס דװקא אין די 2 יאר, װען די יידישע מאםע האט אזוי פיבערדיק געזוכט נײע שטחים, און אנגעטרא5ן אלץ נייע און געדיכטערע דראט־פארצאמונגען. װאם אן אמת, האט זיך דא 5ריער װי אומעטום אנגעהויבן דער נײער בארגארויף. אין 2 רובריקעם פון דער טאב, זעען מיר א היפכדיקע אנטװיקלונג. אין דער ערשטער רײ איז עם ארץ־ישראל, װאם האט די לעצטע 4 - 5 יאר מעכטיק זיך ארויםגערוקט אויםן פראנט 5ון דער יידישער מיגראציע, ארײננעמענדיק אײנע אלײן מער ײדישע אימיגראנטן װי אלע אימיגראציע־ לענדער צוזאמען מיט 10 יאר צוריק. אין 1926 §יגורירט נאך ארץ־ישראל מיט דער לעצטער כװאליע פון דער טרויעריק־בארימטער 4טער ״עליה״, ברעכט זיך אבער אין גאנצן אײן אין די §אר ארץ־ישראל קריזיםדיקע יארן 1927 - 1929, בכדי אן אויפהער צו װאקסן, דעמאלט װען אלע לענדער ברעכן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.