Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
- Date
- 1938-07-01
- Page
- [Seite] (sequence 62)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564107--0705-3771407- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מ. לייבדעל 354 װײטערדיקער טאבעלע װעלכע באװײזט אונדז די שליאכן פון דער יידישער מיגראציע אין דער בײסטער תקופח, זאגט עדות װעגן א לחלוטין, אין מוך געענדערטן בילד. עס װארפט זיך מיכף אין די אויגן, אז סײ אזוינע אלטע אימיגראציע■ לענדער װי די פאראײניקטע שטאטן און קאנאדע, םײ די רעלאטױו נײערע שטחים װי ארגענטינע און בראזיל, האבן אנגעװארן אין לויף פון די יארן די ראלע אין יידישן לעבן, װעלכע זײ האבן יארצענדלינגער געשפילט. דער טעמפ 5ון דעם אנװער, דער פארנעם פון דער אימיגראציע־ירידה איז א §ארשײדענער, די ריכטונג אבער, די טענדענץ איז אומעטום אײנע און די זעלביקע. אקעגן האבן זיך אויפן ארט פון די פארלארענע לענדער ארויסגערוקט אנדערע, װאס האבן, הגם נישט אין דער זעלביקער מאס7 דאך ביז א געװיםן גראד קאמפענםירט די אנװערן אין די אמאל טיפישע אימיגראציע-לענדער: ארץ■ ישראל אין דער ערשטער רײ, א געװיםע צײט דרום׳אפריקע, און װאס איז זײער סימפטאמאטיש, די גרופע ״אנדערע״ לענדער, אין װעלכער מיר טרעפן ניט װײניקער װי עטלעכע און זעכציק אימיגראציע׳שטחים. מיר װעלן זיך אויף דער לעצטער גרופע נאך פרטימדיקער אפשטעלן, אבער װער ם׳קען לײענען די שפראך פון ציפערן, װעט מיפף פארהאלטן זײן אויג אויף דער אנזעעװדיקער ראלע פון דער א גרופע פון עטלעכע צענדלינג שטחים אין דער יידישער מיגראציע, װעמ מיפף באמערקן, װי צעװארפן און צעשפרײט עם האט זיך די יידישע מיגראציע. אבער לאמיר נישט פארלױפן דעם װעג אויף פארוים און נאכגײן דער אנטװיקלונג טראט נאך טראט. די פאראײניקטע שטאטן טרעטן אריין שוין אין םאמע אנהײב פון דער איצטיקער מקופה מיט ניט מער װי 10 טויזנט יידישע אימיגראנטן, און ביז צום אויםבראך פון קריזיס האלט זיך די צי§ער שטענדיק אויף דער זעלביקער הײך, פאלנדיק אויף 4-3 טויזנט אין די קריזיםיארן. װיל מען פארשטײן די גאנצע שארף פונעם אײנבראך §ון דער אמאל מעכטיקער ײדישער אימיגראציע אין די פאראײניקטע שטאטן, איז גענוג די איצטיקע ציפערן אנטקעגן צו שטעלן די §ון די אמאליקע יארן, װען די דורכשניטלעכע יערלעכע יידישע אימיגראציע אין די פאראײניקטע שטאטן האט באטרא8ן: װײזער #בס׳ י$ח 100 63188 . . . . . 1903—1900 213 134 769 . . . . . 1907—1904 132 83403 . . . . . 1912—1908 189 119 690 . . . . . 1914—1913 91 57312 . . . . . 1924—1920 18 11479 . . . . . 1930—1926 6 3958 . . .