Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-07-01 · 8-7 (יולי-אויגוסט 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
Date
1938-07-01
Page
[Seite] (sequence 52)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
70% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564107--0695-3771397
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מ.?יבדעד 344 אויף צו זײן עמ-גראציע׳לאנד, װען אפילו בײ פארקלענערטע אבםאלוטע צאלן. מיטן אויסבראך §ון קריזיס און מיט זײן פארטיפערונג - דאס זײנען די יארן 1931, 1932, 1933 — פארבײטן זיך װי דורך א פישוף די צײכנם: די גפװאקסענע רעעמיגראציע פון די אײנװאנדערונג-לענדער שטײגט אריבער די אפגעשװאכטע <זע טאב״ 1) אימיגראציע, און די דאזיקע לענדער װערן אויף עטלעכע יאר גאר אויסװאנדערונג־לענדער \ פונקט פארקערט איז מיט די טיפישע עמיגראציע־לענדער: די װאקסנדיקע רעאימיגראציע שטײגט אריבער די פארהאלטענע עמיגראציע, און די דאזיקע לענדצר פיגורירן גאר מיט א פאזי־8 טיװן װאנדערונג־באלאנס! און אלץ מיט א כמעט מאטעמאטישער פינקטלעכקײט, מיט א געזעצמעסיקײט, אומעטום אין דער זעלבער צײט פון װעלטקריזיס, ביז עס איז אריבער דער שטורעם, און עם קערט זיך אום די געשטערטע גלײכװאג: די ראלעס אויף דער װעלט-ארענע גײען צוריק אין די געהעריקע הענט. לאמיר פארםכהכלען: די אנטיאימיגראציע־געזעצן אין אלע אײנװאנ• דערונג-לענדער האבן קאלאסאל 5ארקלענערט די אימיגראציע, דער קריזיס האט זי נאך מער אראפגעשלײדערט, און דורך א §ארגרעכערטער רעעמיגראציע איבערגעדרײט די ריכטונג פון מענטשלעכער װאנדערונג., אמת, נאר אויף עטלעכע יאר, װײל אין גרויםע ראמען איז אויך אויף װייטער אײראפע געבליבן — לכל הפחות פאטענציעל — דער עמיגראציע-קאנטינענט, בײדע אמעריקעם דער אימיגראציע׳קאנטינענט. אבער פאר דער 10יאריקער מקופה 1926—1935 איז דאם אנדערש: שטיל זײנען געבליבן די גרויםע שליאכן, אויף װעלכע ס׳האבן געװאנדערט מיליאנען. און אויב נישט שטיל אין גאנצן — איז דער־ פאר, װאם דער װעג האט געפירט אויף צוריק. אין אט דער תקופה, װען די אימיגראציע - מעגלעכקײטן זײנען געפאלן ביז נול, האבן קאלאסאל געשטײגט די עמיגראציע-באדער§ענישן בײ יידן. אװדאי עקסיסטירן די לעצטע נישט נאר בײ יידן: אבער נישט בלויז עקאנאמישער, נאר אויך פאליטישער דרוק צװינגט יידן צו זוכן ני_יע הײמען, און כמעט נאר בײ יידן האט דער פאליטישער מאמענט געקראגן אזא גרויסע באדײטונג. דער שטורעם איבער צענטראל־אייראפע האט דאך אויםגעװארצלט און ארויסגעטריבן א ײדישן קיבוץ פון זײן אלטער, אײנגע• כ־ונדעװעטער הײם, און א צעבראכענעם, אפארייאושטן אים געװארפן איבער גרענעצן, איבער ימים. אבער אויך אין די אלטע עמיגראציע־לענדער האט דער געװאקםענער פאליטישער דרוק און דער עקאנאמישער חורבן געװאלדיק פארשטארקט דעם דראיג צו עמיגראציע. אקעגן דעם פאליטישן שטורעם איבערן יידישן פאלק אין צענטראל־אײראפע, אקעגן דעם אונטערגאנג §ון יידישן שטעטל אין מזרח־אײראפע האט זיך געשטעלט דער פאראגראף פון געזעץ, די בײנערדיקע §ויסט פון קריזיס. אויב נישט ממיד סוביעקטיװ, איז דאס געזעץ ממיד אביעקטױו געװענדט קעגן ײדן$ אויב דער קריזים האט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.