Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
- Date
- 1938-07-01
- Page
- [Seite] (sequence 50)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 67% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564107--0693-3771395- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מ. ליבדער 342 1921 $ פון דעסט װעגן שוין א ירידו? אויף 65 פראצ׳ אין פארגלײך מיט דער 5ארמלחמד.דיקער פרײער אימיגראציע. ערשט אין 1924 װערט אנגענומען דער נאך שארפערער דילינגאם־ביל, און ער האט פארקלענערט די יערלעכע אינטערקאנטינענטאלע אימיגראציע צו א קארגע 200 טויזנט אין נ א ר מ א ל ע יארן, מיטן אנהײב פון קריזיס נאכן יאר 1929 ברעכט װידער זיך אײן די אימיגראציע, באטרעפנדיק שוין ניט מער װי 2—3 צענדלינג טויזנט א יאר. די זעלבע ליניע טרעפן מיר אין אלע איבעריקע לענדעו/ מיט דעם אונטערשײד נאר, אז אנשטאט דעם טאפלטן אגינבראך איבער די באגרענעצונגען און דעם קריזים, טרעפן מיר נאר אײן אײנבראך אין די לענדער, וװ די באגרענעיצונגען זײנען אײנגעפירט געװארן ערשט אין דער מקופה 2ון קריזיס (ארגענטינע, בראזיל): אײן איבערבראך נאך דער װעלט־מלחמה, ארויסגערופן דער עיקר דורך דער אנטיאימיגראציע׳געזעצגעבונג פון א פארשײדענעם קאליבער (אויסטראליע, קאנאדע — א ירידה אויף און ביז א דריטל!), און דער צװײטער מיטן אנהײב 5ון קריזים, װעלכער האט אויטאמאטיש אין א טײל, מיט דער הילף פון געזעצן אין אנדערע לענדער, װײטער אראפגעשלײדערט די צאל אימיגראנטן. אבער פארכאפנדיק ממש איז ערשט די טאבעלע 211(ז, 343), װעלכע ליװערט אן ערשטראנגיקן מאטעריאל פאר דער דערקענטעניש פון דער מעכאניק §ון די װאנדע־ רונגען. דא איז די השפעה פון דער װירטשאפטלעכער קאניונקטור א םך קענטיקער. די טאבעלע 11 װײזט דעם רײנעם באלאנס פון מיגראציעס, די איבערװאג §ון עמיגראציע איבער אימיגראציע אדער §ארקערט. אויב די אימיגראציע איז אפהענגיק םיי פון דער גילטנדיקער געזעצגעבונג (די מעגלעכע אפטימע), םײ פון דער עקאנאמישער םיטואציע אין אימיגראציע־לאנד (אין איר רעאלן פארלויף אונטער דער אפטימע), איז די אויםװאנדערונג פון די אימי־ גראציע־לענדער נאר א רעזולטאט §ון די עקאנאמישע פארהעלטענישן אוי§ן ארבעטמארק. דער אײנבראך פון דער װעלטװירטשאפט האט אפגעשטעלט און דער־ פירט ביז נול דעם אימפארט און עקםפארט פון ארבעטקרא3ט: נאך מער — די אימפארטירנדיקע לענדער הײבן אן רעעקספארטירן די א מאל אימפאר־ טירטע מענטשן־סחורה. װאס פאר א §ארכאפנדיק בילד פון צײכן־שינויים, §ון באלאנס־אומדרײ במשך דעם קריזים־פעריאד: שוין אין דער תקו§ה פון רעגו־ לירטער אימיגראציע, אבער נאך פארן אויסבראך פון קריזים, טרעפן מיר אן איבערװאג פון אימיגראציע איבער עמיגראציע <+) אין אלע אײנװאנדערונג־ לענדער, א נעגאטיװן װאנדערונג־באלאנם (—) אין אלע עמיגראציע־לענדער. אימיגראציע־לאנד בלײבט אלץ אימיגראציע־לאנד, עמיגראציע־לאנד הערט ניט סזגסנגסוי) 6ס!}01 זטסנ1,81 .1ס1 ,1937 8סג:1151ס51 זטסלס,! 1ס 1£ססנ1זס¥6? .208 .ק ,1937