Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-10-01 · 6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער)
Date
1937-10-01
Page
[Seite] (sequence 75)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
83% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564099--0305-3771323
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

283 די יידן אין אונגער{ װידער א מאל קומט אוים איבערצוחזרן דאם זעלבע, װאם מיר ויאבן שוין קאנסטאטירט בײם האנדל: דער פראצענט יידן צװישן די זעלבשטענדיקע האט זיך פארקלענערט, װײל די אבסאלוטע צאל האט זיך פארקלענערט ן דער פראצענט יידן צװישן די בײדע פראלעטארישע גרופעם האט זיך 2אר- קלענערט, װײל די אבסאלוטע צאל ניט-יידן איז שטארק געװאקסן און האט שטארק אריבערגעיאגט דעם אבםאלוטן וװקם 6ון יידן. אין בײדע גרעםטע װירטשאפטצװײגן, אין האנדל און אין אינדוסטריע, זײנען געװאקסן די יידישע פראלעטארישע עלעמענטן. דער פראצענט יידישע ארבעטער אין דער אינדוםטריע §אלט צונויף אין 1930 מיטן פראצענט יידן אין דער באפעלקערונג. §ון דעם װאס דער פראצענט יידן צװישן די אנגעשטעלטע אין דער אינדוסטריע איז אזא הויכער קאן מען דרינגען, אז א גרויםער טײל פון דער גרוים־ אינדוסטריע ליגט אין ײדישע הענט. טאבעלע 11^ גיט אונדז דעם אנטײל §ון יידן װי אײגנטימער אין דער גרוים־אינדוסטריע (מיט מער פון 20 לוינ־ נעמערמ). די טאבעלע נעמט ארום נאר 33,1 פראצ׳ §ון אלע גרויםע אונטער- נעמונגען אין 1920 און ס,30 פראצ׳ אין 1930, אבער אויך דא װי אין האגדל קאן מען זײן זיכער, אז די 5ארהעלטענישן זײנען טיפיש. פון דער טאבעלע זעען מיר, אז אין 1920 האבן צו יידן געהערט העכער א דריטל §ון אלע קוילנגרובן און העכער א העלפט §ון אלע גרוים־ אינדוםטריעלע אונטערנעמונגען $ אין 1930 איז דער אנטײל §ון יידן געװען א ביסל קלענער, אבער ניט שטארק קלענער• פון 13 אינדוסטריע־צװײגן האבן יידן אין זעקס אויך אין 1930 מער §ון א העלפט. כאטש דער אנטײל §ון יידן אין דער שװערער אינדוםטריע איז גאנץ הויך, זײנען דאך יידן אויך אין אוגגערן, װי כמעט אין דער גאנצער װעלט, צום שטארקםטן §ארטראטן אין דער באקלײד־ און אין דער טעקםטיל־אינדוםטריע. באזונדערס אינטערעסאנט איז דער באדײטיקער וװקם פון יידישע לוינ־ נעמערם אין דער גרויס־אינדוםטריע. אין אלע אונטערנעמונגען מיט מער §ון 20 ארבעטער זײנען געװען באשע§טיקט לויננעמערם 3־ון אלע קאטעגאריעם אין 1920 - 172.999, §ון דעם יידן - 12.357 אדער 7,1 פראצ/ אין 1930 - 233.864 און פון דעם - 17.942 יידן אדער 7,7 פראצ/ דער רעלאטױוער צװואקם איז ניט אזוי גרויס. נעמט מען אבער יעדע גרופע §אר זיך, װערט די זאך בולטער: בײ יידן איז צוגעקומען אויף יעדע הונדערט לויננעמערם 45,2 נניע; בײ ניט־יידן נאר 34.4. בײ יידן איז דער עיקר געװאקםן די צאל אין בױרא-פערסאנאל: פון 5.679 אויף 10.571, ד״ה די דאזיקע קאטעגאריע האט זיך פמעט §ארטאפלט. ם׳װארפט זיך אין די אויגן, און ניט נאר אין אונגערן, אז קינדער §ון יידישן מיטל־בירגערטום, װאם פלעגן §ריער זיך נעמען גרינדן זעלבשטענדיקע אונטערנעמונגען, שטרעבן איצט צו פלעצער אין דער יידישער גרוים׳אינדוסטריע. אמת דער ביורא־פערםאנאל האלט בכלל אין שטארקן װאקסן, און די ניט־יידישע מיטגלידער פון דער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.