Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-10-01 · 6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער)
Date
1937-10-01
Page
[Seite] (sequence 56)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
70% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564099--0286-3771304
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י. בזןביצקי 264 די יידישע לאנדװירטשאפטלעכע קאלאניעם אין װאלין זײנען אויפגעקומען אין דער ערשטער העלפט 19טן י״ה דורך דער איניציאטױו פון דער רעגירונג פון ניקאלאי 1. נאך דעם װי די קאלאניזאציע אין די דרום׳גובערניעם 5ון רוסלאנד האט ניט געגעבן דעם געוװנטשענעם רעזולטאט, האט די צארישע רעגירונג אנגעהויבן באזעצן יידן אויף ערד אין זײערע אלטע װוינערטער אין די מערב-גובערניעס פון געוד רוםלאנד, צװישן אנדערע אויך אין װאלין. די דאזיקע קאלאניזאציע האט באשטימט דער געזעץ פון 4/13/ 1835. לױט אט דעם געזעץ האבן יידן געמעגט: 1) באזעצן זיך אויף §רײער רעגירונגס-ערד אין די גרענעצן פון מחום׳המושב וװ זײ האבן געװאלט (מחוץ דעם תחום נאר אויף םפעציעל באשטימטע ערד־שטחים){ 2) קויפן און ארענדירן ערד, פדי זיך צו פארנעמען מיט ערדארבעט. די װאם װעלן זיך באזעצן אויף ערד האט דער געזעץ צוגעזאגט: א) צו אנולירן פארלעגענע שטייערן, ב> צו בא5רײען פון שטײערן און פון אנדערע ע5נטלעך־רעכטלעכע התחײ5ותן אויף א צײט פון 25 יאר, און ס צו באפרײען §ון מיליטער׳דינםט אויף א צײט פון 25 ביז 50 יאר, אפהענגיק פון דער גרײס פון געגרינדעטן יישוב. דער געזעץ האט אויך פארויסגעזען, אז יידן מעגן זיך באזעצן אין א צאל ניט װײניקער װי 25 מאנצבילן און אין באזונדערע געמײנדעם אפגעטײלט פון קריסטן. די קאלאניםטן אויף רעגירונגם־ערד האבן באקומען קלײנע סובםידיעם, אבער פון דער צװײטער זײט האבן זײ געהאט אגאנצע רײ התחײבותן אין פרט פון אײנארדענען די װירטשאפטן, און לגבי די ״הינטערשטעליקע״ זײנען געװען פארױםגעזען שטרענגע שטראפמיטלען. דאם איז א פנים די םיבה דערפון, פאר װאס א טײל יידן, װעלכע האבן געװאלט באזעצן זיך אויף ערד, האבן זיך אפגעזאגט פון רעגירונגם־ערד און באזעצט זיך אויף געקױפטער. אזוי װי זײ האבן ניט געהאט גענוג געלטמיטלען אויף אײנצופירן די װירטשאפט, זײנען זײ ניט געװען בפוח צו בילדן גע- זונטע לעבנספעיקע װירטשאפטן. בײ יענע קאלאניםטן װידער, װעלכע האבן זיך באזעצט אויף רעגירונגם־ערד, האבן ספעציעלע לוםטראציע־קאמיסיעס צוגענומען די 5עלדער (אין דער צװײטער העלפט פון פאריקן י״ה) מיטן מאטיװ, אז זײ ארבעטן ניט פערזענלעך. מען האט זײ נאר איבערגעלאזן קלײנע גערטנער בײ דער שטוב, עװענטועל אויך שותפישע פאשעפלעצער. דער דאזיקער פאקט האט געגעבן א טויטקלאפ די קאלאניעם. געשעדיקט די קאלאניעם האט בלי שום םפק אויך דצר פאקט, װאם די פעלדער זײנען לאנגע יארן געװען דער אײגנטום פון דער געמײנדצ װי א גאנצער און ניט פון די באזונדערע בעלי־בתים. מיר פארמאגן לײדצר ניט קײן סטאטיםטיק װעגן דער צאל אײנװוינער אין די ילדישע קאלאגיעם אין װאלין. לויט די דאטעס פון ייקא 5ון יאר 1899 זײנען געװען אויפן שטח פון דער הי״ינטיקער פוילישצר װאלין 9 יןדישצ קאלאניעם. חוץ דעם האבן יידן־לאנדװירטן געװוינט אין 5 דצרפער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.