Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער)
- Date
- 1937-10-01
- Page
- [Seite] (sequence 17)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564099--0247-3771265- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ד״ר אריה טארטאקאװער / ל§דזש די לידישע אימלגראציע קײן ק^נאדע 1 אין שװערן געראנגל §ון דער ילדישער װאנדער-באװעגונג נאך דער װעלט״מלחמה האט דאם לאנד קאנאדע געשפילט און שפילט אין א געװיםער מאס ביז הײנט גאר א גרויסע ראלע. האט געשפילט, װײל דער שטראם §ון דער יידישער װאנדערונג, װאס עס האבן זיך פאר אים צוגעמאכט אײנס נאכן אגדערן פמעט אלע לענדער פון דער װעלט, האט געפרװוט א געװיםע צײט זיך ארײנצורײסן אין א גרעםערן פארנעם אין דער האלב א§ענער קאנאדע. אין א געװיסער מאם שפילט אבער קאנאדע די דאזיקע ראלע ביז הײנט, װײל ניט געקוקט אויף די אכזרױתדיקע באגרענעצונגען פון דער אײנװאנדערונג זינט 1931 זײנען דארט 5אראן געװאלדיקע מעגלעכקײטן סיי פאר דער אלגעמײנער, םײ פאר דער יידישער אײנװאנדערונג, װאס װעלן זיכער קומען צום אויםדרוק, װי נאר עם װעט זיך ענדיקן דער שװערער מאטעריעלער און נאך שװערערער פסיכאלאגישער קריזיס, װעלכן קאנאדע און א םך אנדערע אימיגראציע׳לענדער לעבן איצט אדורך. די דאזיקע מעגלעכקײטן זײנען קודם כל פון רײן פיזישער נאטור. קאנאדע איז אײנס §ון די צום שװאכסטן באפעלקערטע קולטורלענדער פון דער װעלט. אויף א שטח פון ססס 659 9 קװאדראט־קילאמעטער, װאס איז גרעםער אײדער דער שטח פון די פאראײניקטע שטאטן גססס 369 9) און נאר א ביםל קלענער אײדער דער שטח 2ון גאנץ אײראפע (ססס 897 9), האט דאס לאנד א בא§עלקערונג װאס איז 12 מאל קלענער §ון דער בא§על< קערונג 5ון די פאראײניקטע שטאטן און 50 מאל קלעגער אײדער די בא5עלקערונג 5ון אײראפע. אויף אײן קװ קמ לעבן אין אײראפע 45,7 נ§שות, אין די 5אר' שט׳ 11,3 און אין קאנאדע סך׳הכל 9,ס—א סך װײניקער אײדער אין ארגענטינע און בראזיל, װײניקער אפילו אײדער אין סיביר. די םיבה פון דער דאזיקער שװאכער באפעלקערטקײט ליגט ניט אין דער נאטירלעכער ארעמקײט 5ון לאני; 5ארקערט, קאנאדע האט 440 מיליאן הא אקערערד, װאס נאר 15 פראצ׳ זײנען הײנט באארבעט. דאס לאנד האט דעם צװײט גרעסטן שטח װעלדער אין דער װעלט (ססס 1200 קװ קמ), האט גװאלדיקע אוצרות 5־ון מינעראלן, האט שוין אויך אן אײגענע אינדוסטריעלע 223