Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-10-01 · 6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער)
Date
1937-10-01
Page
[Seite] (sequence 10)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
81% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564099--0240-3771258
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

׳. לעעטשיבסקי 216 אײנװאנדערונג/ װיילדי צוריקװאנדערונג האט אין די דאזיקע5 יאר אריבער• געיאגט די אויםװאנדערונג. דאס איז אלץ גערעדט װעגן גאנץ פוילן. מיט , דעם קאן מען אבער ניט ױצא זײן, װײל די לאגע פון פארשײדענע פעלקער אין דער פוילישער מלוכה איז זײער פארשײדן, און דאם קומט צום אויםדרוק אין דער אויםװאנדערונג. מען מוז דעריבער אנאליזירן די מיגראציע*צי§ער לויט פעלקעת װײל הן אין דער עמיגראציע און הן אין דער רעעמיגראציע שפיגלט זיך זײער קלאר אפ די לאגע פון יעדער פאלקגרופע. באזונדערם איז דאם ריכטיק לגבי יידן. שוין פון דער טאבעלע פון םטאטיםטישן אמט, װעלכע גיט דעם עמי• גראציע־אנװער לויט ראיאנען, זעט מען, אז ס׳איז פאראן גאר א באדייטיקער חילוק צװישן דעם רײן-פוילישן ראיאן — קאנגרעם-פוילן — און די ראיאנען, װעלכע מען קאן פאררעכענען פאר אוקראינישע אדער װײסרוםישע. דער עמיגראציע• אנװער פון די דרום-װאיעװאדשא§טן — פון מזרח-גאליציע, פון א בפירוש אוקראינישן ראיאן — איז געװען פאר דער מלחמה פמעט צװײ מאל גרעסער װי פון קאנגרעם־פױלן $ און אין די יארן 1924—1934 פמעט 4 מאל גרעםער. דער װײםרוםישער ראיאן האט אין בײדע צײטאפשניטן געהאט אן עמיגראציע• אנװער בערך 2/ג1 מאל א העכערן װי דער פוילישער ראיאן. מיר רעדן ניט װעגן דעם מערב-ראיאן — די געװעזענע דײטשע טײלן װײל דא איז דאך געװען גיכער א פאליטישע עמיגראציע און אויםגעװאנדערט האבן נאר די דײטשן. לאמיר שוין דא, כאטש מיר האלטן נאך אלץ בײם אלגעמײנעמ טײל און ניט בײם יידישן, זיך אפשטעלן אויפן אנטײל 5ון יידן אין דער עמי• גראציע פון פוילן. מיר באארבעטן די דאזיקע §ראגע נאר §אר דער נאך• מלחמה־צײט, פאר װעלכער מיר פארמאגן זיכערע דאטעם. פאר דער גאנצער הקופה גענומען (1921—1936) האבן יידן אויס• געמאכט העכער 22 פראצענט פון דער גאנצער עמיגראציע. דער חילוק צװישן באזונדערע צױטאפשניטן איז זײעד א גרויםער: אזוי האבן יידן געגעבן פמעט 40 פראצענט פון דער עמיגראציע די ערשטע 5 יאר (1921—1925), און אין דעם צגיטאפשניט באלד נאך דעם (1926 — 1930) נאר אזעלכע 10 פראצ/ אין די װײטערדיקע יארן גיבן שוין יידן װידער העכער א דריטל פון דער גאנצער עמיגראציע. קלאר, אז יידן גיבן צװײ און דרײ מאל א העכערן פראצענט אין דער עמיגראציע, װי ס׳קומט זײ לויט זײער פראצענט אין דער באפעלקערונג. און װיל מען געפינען א מאםשטאב 5ון אזוי צו זאגן ארגא נישן, נארמןזלן אנטײל §ון יידן אין דער עמיגראציע פון נאכמלחמהדיקן פוילן, מוז מען נעמען דעם פראצענט פון ערשטן פינפיאריקן צייטאפשניט, װען די עמיגראציע איז נאך געװען דער עיקר א רעזולטאט §ון װילן §ון די אוים• װאנדערער און ניט פון די קאפריזן פון די אײנװאנדערונג-לענדער. װארעם ס׳איז געפאלן אין צװײטן צײטאפשניט (1926—1930) די יידישע עמיגראציע צװײ

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.