Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 65)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0206-3771223- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ב, ד. 188 צו דעם נאטירלעכן חםר §ון 6.475 יידישע נפשות פין 1920 ביז 1930 איז נאך צוגעקומען א מעכאנישער חסר פון 4.666 נפשות — דער עודף §ון אױס• װאנדערער איבער צװואנדערער §ון דער פראװינץ — און אין רעזולטאט האט זיך אין אײנע צען יאר נוארקלענערט די אבסאלוטע צאל יידן אין בודאפעשט אױף 11141 אדער אויף-העכער §ינף פראצענט, 11 דיעקאנאמיש אקטיװע און די פראפעםיאנעלע און םןןציאלע גלידערוגג דער וװקס פון עקאנאמיש אקטױוע, דאם װאם עם װערן ארײנגעצויגן אין װירטשא5טלעכן לעבן נײע עלעמענטן, §ון פרױען און ױגנטלעכע, װי דאס איז כאראקטעריסטיש פאר יידן פון אלע לענדער, באקומט אין אונגערן זײן בולטםטן אויםדרוק. דערבײ גײען די נײע עלעמענטן מער אין אינדוםטריע און מלאכה און דער עיקר װי לױננעמצר און ניט װי בעלי-בהים. אנדערש געזאגט — דער פראצעס מוז כאראקטעריזירט װערן װי אן אינדוםטריאליזירונג׳ און פראלעטאריזירונג־פראצעס. אזוי זײנען פון 473.310 יידן אין אונגערן אין 1920 געװען 204.507 עקאנאמיש אקטױוע, ד״ה 43,2 פראצ/ און אין 1930 זײנען פון 444.567 נפשות געװען 213.235 עקאנאמיש אקטיװע, אדער 48,0 פרזןצ/ א צװואקם אויף העכער §ון צען פראצענט. די אבסאלוטע צאל יידן איז געפאלן און די אבסאלוטע צאל עקאנאמיש אקטיװע איז געװאקסן. גאר אנדערש איז געגאנגען די אנטוױקלונג בײ דער ניט-ײדישער בא5על• קערונג: אין 1920 האט זי געהאט 48,1 פראצ׳ עקאנאמיש אקטױוע און אין 1930—נאר 45,9 פראצ/ די דאזיקע אומפארשטענדלעכע דערשײנונג לאזט זיך דערקלערן נאר מיט ביאלאגישע םיבות. דער אפפלוס פון דארף אין שט$ט האט ניט געקענט אלײן האבן אזא װירקונג. בי_י דער פאלקםצײלונג אין 1936 האבן גע§עלט די אין דער לאנדװירטשאפט געװים העלפנדיקע קינדער פון 12, 13, 14 און 15 יאר, װאס זײנען אין די מילחמה-יארן ביז גאר װײניק געבוירן געװארן; די רעלאטיװע װאג 5ון די קלײנע קינדער איז געװאקסן און האט געמאכט שװערער די װאגשאל כון די עקאנא• מיש פאםױוע. בײ יידן זשע האט זיך צום יאר 1930 אויםגעװירקט די קלײנע געבורטיקײט פון פאר דער מילחמה אין דעם זינען, אז די מיטעלע עלטער• גרופעם, װאם גיבן דעם העבסטן פראצעגט עקאנאמיש אקטױוע, האבן פארנומען א ברײטערן פלאץ אין עלטערבוי; פארקערט זשע, די פעלנדיקע 12 — 15 יאריקע קינדער האבן בײ די שטאטישע מיטלקלאסן, װאס זײנען בײ יידן אין א גרויםן פראצענט, ניט געקאנט באדײטיק פארמינערן דעם פראצענט עקאנאמיש אקטױוע. ם׳איז אבצר גאר קײן םפק ניט, אז די ביאלאגישע םיבות אלײן — דער גרויסער פראצענט מענטשן אין די מיטעלע יארן בײ יידן — קאנען ניט אין גאנצן דערקלערן אזא גרויסן צװואקס פון עקאנאמיש אקטיװע ביי יידן.