Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 61)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0202-3771219
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ב״ 1/ / װארשע די יידן אין אובגערן דאס אונגערישע יידנטום ליגט בײ דער זײט פון גרויםן טראקט פון ײדישן לעבן: בײ דער זײט פון די גאר גרויםע רדיפות און נגישות, װאם ברענגען מיט גװאלד ראדיקאלע פאליטיש-עקאנאמישע און קולטורעל-גײסטיקע שינויים און גילגוליםן און נאך מער בײ דער זײט 5ון יענע ארגאנישע גילגולים־פראצעסן אין יידישן לעבן, װאס באנײען און באפרוכפערן דאם לעצטע. בײ דער זי_יט, אבער ניט אין גאנצן מחוץ די בײדע שטראמען. און דעריבער פארנעמט דאם אונגערישע יידנטום א צװישנאךט, שטעלט מיט זיך פאר אן איבערגאנג-טיפ 5ון דײטשן יידנטום צום פוילישן יידנמום. די ארויםשטויס-פראצעסן זײנען ניט 5ון אזא מאס און קראפט, אז זײ זאלן טרײבן אין אלע עקן װעלט, צװינגען אנשפארן אין צענדלינגער 5אר• װארפענע לענדער, זאלן מיט גװאלד אװעקשטעלן גרויםע מאסן בײ גאגץ נײע פרנםות און זאלן ביזן םאמע װארצל ענדערן די באציונג צו ארבעט. אויך די פאליטיש-קולטורעלע אויםגלידערונג און אפשטויסן זײנען ניט פון אזא טעמפ און אינטענסיװקײט, אז זײ זאלן אויפטרײםלען ביז די סאמע. נשמה-טיפענישן און ראדיקאל איבערקערן און אומדרײען אלע געירשנטע לעבנם-פארשטעלונגען און אלע אויםגעטראגענע און אײנגעװארצלטע צוקונפט-האפענונגען און זאלן צװינגען אנהײבן פון דאס נײ און אנקניפן אין היסטארישע פעדעם, װעלכע זײנען געװען איבערגעריםן. די ארויםשטוים־פראצצםן זײנען אבער גענוג שטארק אויף צו צװינגען דאס אונגערישע יידנטום זיך איבערצורוקן 5ון פארמיטלעריש-אינטעליגענטישע פרנסות צו הארצפאשנע אדער גאר אראפצונידערן צום שטאנד פון דעקלא• סירט-אנפרנסהדיקע מאםן. דיאיזאלירונג און אויסגלידערונג פון דער ארומיקער געזעלשאפט זײנען גענוג אינטענסױו אויף צו שטופן אויך דאם אונגערישע יידנטום זיך ענגער צו באהע2טן און צוצוטוליען זיך צום װעלט-י.ידנטומ, זיך ענערגיש צו באטײליקן אין אלװעלטלעכע יידיש-נאציאנאלע ענינים. דער איבערגאנג-טיפ פון אונגערישן יידנטום נעמט זיך נאך דצר§ון, װאס ם׳איז צעשפאלטן אויף צװײ ביז גאר §ארשײדענע טײלן און באשטײט: 1> פון בודאפעשטער ײדנטום, װאם איז ניט בלויז ענלעך צום דײטשן יידנטום, נאר אין אײניקע נעגאטױוצ דערשײנונגען, װי שמד, געמישטע חתונות, קינדער• לאזיקײט, הויכע שטארביקײט בײ קלײנער געבורטיקײט, יאגט עס אפילו 134

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.