Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 49)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0190-3771207
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יצקב לעשטשינםקל 172 2) האגדל און §ארזיכערונג .... 164,8 98/3 3) קאמוניקאציע און טראנספארט . . 246,7 155,5 4) עפגטלעכעד דינםט.119,4 135,4 5) שולװעזן און קולטור. 78,2 32,8 6) מעדיצין און היגיענע. 96,3 75,1 דאס הײסט: אין אלע װירטשאפט-אפטײלן, חוץ אײן-און-אײנציקן אויסנאם — עפנטלעכער דינםט — האלטן די יידישע זעלבשטענדיקע אוים 11/2 מאל מער עקאנאמיש פאסיװע. דער אויםנאם איז גאר גרינג צו דערקלערן• די ניט-ײדישע באשעפטיקטע אין עפנטלעכן דינסט זײנען מלוכישע און שטאטישע באאמטע, װאס צװישן זײ איז פאראן א סך א גרעסערער פראצענט פון א גוט םיטוירטער קאטעגאריע, װי צװישן די יידישע באאמטע פון די קהילות און 5ון געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס. װי דערקלערט מען אבער דעם פלל? ם׳װאלט געװען לאגיש און טעארעטיש קאנסעקװענט פשוט אנצונעמען, אז די יידישע זעלבשטענדיקע, ד״ה די יידישע בורזשואזיע, זײנען רײכער §ון די ניט-יידישע און דעריבער קאנען זײ זיך גיכער דערלויבן אויםצוהאלטן §רויען און קינדער און ניט שיקן זײ אויף ארבעט. מיר §ארמאגן אבער גאנץ קלארע און פעםטע באװײזן, אז ס׳איז פונקט פארקערט, אז די יידישע בורזשואזיע װי א גאנצע איז ארעמער. אט זײנען אביעקטױוע באװײזן. די זעלבשטעגדיקע זײנען אין דער לעצטער צײלונג געטײלט אויף אזעלכע, װאם באשעפטיקן §רעמדע ארבעטקרא§ט און אויף אזעלכע, װאס באשעפטיקן ניט קײן לוין- ארבעטער. און אט װאס מיר באקומען: פון 998 71 יידישע זעלבשטענדיקע אין װארשע זײנען געװען אזעלכע, װאס באשעפטיקן לוין׳ארבעטער—11769 אדער 16,13 פראצ׳; בײ ניט-יידן איז געװען פון 63819 זעלבשטענדיקע אזעלכע, װאם באשעפטיקן לוין-געמער 827 10 אדער ס,17 פראצ/ דער חילוק_איז ניט קײן גרויסער, אבער װעגן דעם, אז יידן זײנען רײכער קאן דאך שוין קיין רײד ניט זײן. נעמט מען די גרופע, װאס גיט די גרעסטע צאל זעלבשטענדיקע בײ יידן— די האנדלם-גרופע — באקומט מען אזאבילד: פון 32585 יידישע זעלבשטענדיקע אין האנדל זײנען געװען מיט פרעמדער ארבעטקראפט — 825 4 אדער 14,8 פראצ׳ •, און פון 865 16 ניט-יידישע זעלבשטענדיקע אין האנדל — 369 3 מיט לוין-נעמער, ד״ה 20,0 פראצ/ א םך א העכערער פראצ/ אמת, אין דער אינדוסטריע איז דאס פארהעלטעניש (!ארקערט: פון 348 29 יידישע זעלבשטענדיקע זײנען געװען מיט לוין-נעמער—6029 אדער 20,5 פראצ/ און 5ון 088 33 ניט-יידישע זעלב- שטענדיקע נאר 689 5 אדער 17,2 פראצ/ מיר האבן אבער נאך מער ספעצי- פיצירטע און דעטאליזירטע דאטעם, װאם באװניזן אבםאלוט קלאר, אז די יידישע אינדוסטריע-בורזשואזיע איז ארעמער פון דער ניט-יידישער. ״באשע§- טיקן לוין-נעמער״ אן גענויערע פרטים איז דאך א צו ברײטער באגריף.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.