Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 37)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0178-3771195- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
*$קב?עשט&יצםק* 160 נאךדידאזיקע קארעקטורן.קאן מען קומען צו אזעלבע אויםפירן: 1) אין נארמאלע צײטן איז די אבסאלוטע צאל ײדן אין װארשע שטענדיק געװצקםן. און דאם זעלבע קאן מען זאגן אבסאלוט װעגן אלע שטעט פון פוילן. 2) ביז דער מילחמה איז דער וװקס פון דער װארשעװער און פון דער יידישער שטא־ טישער באפצלקערונג בבלל געגאנגען ניט בלויז דורך דעם נאטירלעכן צװואקם, נאר אויך דורך א באדײטיקן צושטראם פון יידן פון דער פראװינץ. דער דאזיקער ץדישער צושטראם האט פמעט ממיד — חוץ דער קורצער צײט פון 1882 ביז 1897 — אריבערגעיאגט דעם צופלוס פון ניט־יידישע עלעמענטן. די אורבאניזירונג איז בײ יידן בכן געװען אינטענסױוער װי בײ ניט־ײדן. באזונ־ דערס באדײטיק איז געװען דער צופלום פון יידן §ון דער פראװינץ אין די יארן פון 1897 ביז 1914/ װען דער דורכשניטלעכער יארלעכער וװקם פון דער װארשעװער יידישער באפעלקערונג האט באטראפן 7000 און װען די עמיגראציע פלעגט שוין צונעמען דװקא §ון די גרויסע שטעט מינימום דעם גאנצן נאטיר• לעכן צװואקם. דער צושטראם פון דער פראװינץ פלעגט בכן געבן װארשע, און ניט בלויז װארשע, נאר אויך לאדזש און נאך א סך אנדערע גרויסע שטעט, אצופלוס פון דער פראװינץ, װאס פלעגט דעקן בערך טאפלט דעם אויםגע• װאנדערטן נאטירלעכן צװואקס. גאר אנדערש נאך דער מילחמה: פאר די ערשטע צען יאר — פון 1921 ביז 1931 — 5אלט צונויף דער §אקטישער צװואקס פון דער יידישער באפעלקערונג אין װארשע בערך מיט איר נאטירלעבן צװואקס. דאם באטײט, אז דער צושטראם פון דער פראװינץ האט נאר געדעקט די אויםװאנדערונג §ון די װארשעװער יידן, װעלכע האט באטרא§ן בערך א העל§ט §ונעם נאטירלעכן צװואקס. אין די לעצטע זעקס יאר, §ון 1931 ביז 1937, מאכט שוין אוים דער פאקטישער צװואקם ניט מער §ון 1400 אדער 1500 א יאר, ד״ה אז דער צושטראם §ון דער פראװינץ איז אזוי קלײן, אז ער דעקט ניט א§ילו די גאנצע יידישע אויסװאנדערונג §ון װארשע. קלאר, אז דער טעמפ §ון דער אורבאניזירונג §ון דער יידישער בא§על• קערונג איז נאך דער מלחמה אפגעשװאכט געװארן, און צום שטארקםטן איז ער גע§אלן אין די יארן §ון לעצטן קריזים. מיר מאכן דעם דאזיקן אוים§יר אוי§ן גרונט §ון די דאטעס װעגן װארשע, אבער ם׳איז זײער גרינג דאם צו דערװײזן מיט דאטעם װעגן אלע אנדערע גרויםע שטעט. מען קאן אפילו זאגן, אז חוץ לאדזש איז דאם §אלן §ונעם אורבאניזירונג־טעמפ בײ דער ײדישער בא§עלקערונג אומעטום נאך שטארקער װי אין װארשע. דער טעמפ איז אפגע- שװאכט געװארן, אבער ער איז קײן מאל ניט אפגעשטעלט געװארן אין גאנצן, חוץ אין די מילחמה־יארן. די אורבאניזירונג איז געװען §ארבונדן מיט א גאנצער רײ באגלײט־פראצעסן §ון סאציאל־עקאנאמישן כאראקטער: מיטן וװקם §ון דעם פראצענט עקאנאמיש אקטיװע בײ יידן, מיטן וװקם פון אנטײל §ון דער §רוי אין עקאנאמישן לעבן, מיט דער שטארקונג §ון דער ראלע §ון דער אינ־ דוםטריע אין יידישן לעבן און מיט א §ארטי§ערונג §ון דער קלאסן־גלידערונג,