Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 35)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0176-3771193
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יעק5 לעשטשינםקי/מי״ע די יידן אין װארשע 1. דער אורבאניזירונגס־פראצעם און די עקאנאמיש אקטיװע די פױלישע §אלקסצײלונג פון 1931 איז נאך עד הױם ניט אין גאנצן פארעפנטלעכט״מיר האבן אין 1937 ערשט באקומען די פארטײלונג פון דער באפעל• קצרונג לויט רעליגיעס. װעגן דער פראפעםיאנעלער און םאציאלער גלידערונג האבן מיר ערשט צװײ בענד: די שטאט װארשע און װילנער װאיעװאדשאפט. ס׳איז פאראן א האפענונג, אז די פארצפנטלעכונג פון די איבעריקע בענד װעט גײן א םך גיכער, אבער אלץ מוז מען נאך רעכענען מיט א יאר און אפשר מיט מער. מיר האבן דעריבער באשלאסן אויםצונוצן דערװײל דעם מאטעריאל װעגן װארשע און פעםטשטעלן די ענדערונגען, װאם זײנען פארגעקומען אין װארשע׳ װער יידנטום אין די צען יאר פון 1921 ביז 1931. מיר האבן דערבײ געהאט צװײ װיכטיקע טעמים: 1) די טענדענצן פון דער עקאנאמישער אנטװיקלונג פון פוילישן יידנטום קומען אין די װארשעװער דאטעס צום פולסטן אויםדרוק. דער חיםרון איז דא אפשר, װאם ,״די פלה איז צו שײך — דאם װארשעװער יידנטומ לויפט אין אלע פראצעסן א ביםל האס• טיקער, װי דאם פראװינצער יידנטום״ חוץ לאדזש. דער טעמפ פון די שינוײם און גילגולים, װאם זיינען כאראקטעריםטיש פארן פוילישן יידנטום, איז ביי דער אנטװיקלונג פון די װארשעװער יידן אינטענסױוער, און דעריבער באקומען די דאזיקע ענדערונגען און גילגולים א םך בולטערע 5ארמען. און דאם טאקע מוז מען אין זינען האבן, װען מען װיל מעםטן די ןגנטװיקלונג פון גאנצן פוילישן יידנטום, הן פון די נעגאטיװע און הן §ון די פזןזיטיװע פראצעםן, מיט די טענ־ דענצן, װאס מיר װעלן פעםטשטעלן אין דער אנטװיקלונג פון די װארשעװער יידן. 2) װארשע האט די מעלה, װאם מיר פארמאגן װעגן איר דאטעם ניט בלויז פון 1897, װי פון יענעם גאנצן טײל פוילן װאם איז געװען אונטער דער רוסישער ממשלה, נאר אויך פון יאר 1882, װען ם׳איז דורכגעפירט געװארן אצײלונג נאר אין דער שטאט װארשע. אמת, די דאטעם פון יאר 1882 און אפילו פון 1897 זײנען מעטאדאלאגיש אזוי §ןןרשײדן פון די דאטעס פון די שפעטערדיקע צײלונגען, אז מען קאן זײער זעלטן מאכן בלתי-םפקדיקע און זיכערע פארגלײכן. אבער בײ אונדזער ארעמקײט אין סטאטיםטישן מאטעריאל מוזן מיר אויםנוצן יעדע געלעגנהײט, און אויף צו א י ל ו ם ט ר י ר ן די טענדענצן, 158

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.