Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 4)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0145-3771162- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יעק5 לעשטשינםקי / װ$רשע װעגן אקאנסטרוקטױון פלאן פון הילף פאר די פוילישע יידן אין פוילישן יידנטום און נאך מער אינעם אויסלענדישן יידנטום װערט אלץ צײטיקער דער געדאנק װעגן דצר נײט־קײט פון א קאנסטרוקטױון ברײטן פלאן פון הילף. אזוי װי די לאגע כ־ון די יידן אין רומעניע, ליטע און לעטלאנד און טײלװײז אויך אין אונגערן און אין עסטרײך איז אין א גאר גרויסן גראד ענלעך צו דער לאגצ אין פוילן, װעט יעדער הילפפלאן 3ארן פוילישן יידנטום זײן אין אגרויסער מאס צוגעפאםט אויך פאר די יידן פון די אויסגערעכנטע לענדער. ס׳האנדלט זיך בכן אין דער אמתן װעגן א קאנסטרוקטיװן פלאן פון הילף פאר העכער פינף מיליאן יידן. מיר פרװון אין דעם איצטיקן ארטיקל אויפצושטעלן אײניקע אלגעמײנע פרינציפן, װעלכע דארפן, לויט אונדזער מײנונג, געלײגט װערן אין יםוד 5ון אזא פלאן, זןפלײגנדיק די באטראכטונג פון קאנקרעטע הילפװעגן 5אר א שפעטערדיקן מאמענט. זאל מען צו ערשט זיך צונויפרעדן װעגן די גרונט־ פרינציפן, װעט שוין ניט זײן שװער זיך צו אײניקן בנוגע די פראקטישע װצגן און מיטלען. מיר רעדן דא אויסשליסלעך װעגן אן עקאנאמישן הילפפלאן. מיר װײםן זײער גוט, װאם פאר א קאלאסאלע ראלע ס־־שפילן די פאליטישע באדינגונגען. מיר װעלן אבער די פאליטישע פראגעס אין גאנצן עלימינירן. פון דער צװײטער זײט מוזן מיר אננעמען, אז דער מינימום נון רעכטלעכער מעגלעכקײט, װאם אן איר איז בכלל קײן שום קאנםטרוקטיװע הילף ניט מעגלעך, װעט ניט ב־ארמינערט װערן אין דער נאענטער צײט. בײ די געגעבענע באדינגונגען קאן מען גרינג ארײנפאלן אין יאוש און פםקענען, אז יעדע הילף פון אויםלענדישן יידנטום, װאס שטעלט זיך ברײטערע צילן און צװעקן, װי שטילן דעם הונגער און הײלן די וװנדן, איז א ברכה לבטלה. און עס זײנען טאקע פאראן קרײזן אין אויסלענדישן יידנטום, און גאנץ אײנפלוסרניכע, װאס האלטן זיך בני דער דאזיקער מײנונג. מיר האלטן אזא מײנונג 5אר פאטאל, ניט בלויז װייל מיר גלײבן אין מעגלעכע פאזיטױוע רעזולטאטן §ון א ברײטער קאנסטרוקטיװער ארבעט, נאר אויך װײל דאס װאלט געהײםן נאך 5ארגרעסערן דעם יאוש, נאך §ארטי5־ערן די דערשלאגנקײט. 129