Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 3-2 (יוני-יולי)
- Date
- 1937-06-01
- Page
- [Seite] (sequence 65)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564097--0121-3771138- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
63 ^נקעטע װעגן פטח-שטידע אין די י?רן 1937-1935 טורן, קומט מען צום אויםפיר, אז ניט װײניקער פון ^/1 פון פוילישן יידנטום זײנען אין יאר 1937 אכגעקומען צו פםח-שטיצע. מען דארף אויך ניט פארגעםן, אז אונדזער אנקעטע נעמט ארום נאר די געשטיצטע און ניט די װאם האבן זיך נאך שטיצע געװאנדן און זי ניט באקומען. טאבעלע 11 (ז׳ 62) גיט אונדז אן איבערבליק איבער דער גרײס פון די געלטער, װאם זײנעןפארטײלט געװארן צװישןדיגעשטיצטע. דיקלענםטעשטיצע 6אלט אוים אין די גרעםערע קהילות, אין דורכשניט 1,60 גילדן פרא קאפ, אדער 6,40 אויף א פירגלידערדיקער משפחה. די דאזיקע גאר קלײנע שטיצע פרא קאפ װערט אין א געװיםער מאס קאמפענסירט דורך דעם, װאם אין די גרעםערע שטעט איז לײכטער צו באקומען שטיצע אין צװײ אינםטיטוציעם צוגלײך• די דאזיקע קאמפענםאציע איז אבער זיכער ניט איבעריק גרויס. אין די קהילות מיט 2 ביז 5 טויזנט האט דער דורכשניט אויסגעמאכט 2,57 גילדן אין יאר 1935 און 2,37 גל אין יאר 1937, אויף א העלפט מער װי אין די ערשטע צװײ קאטעגאריעם קהילות. אויף א משפחה מאכט עם אוים בערך 10 גילדן. אין די גאר קלענסטע פונקטן איז דער דורכשניט נאך גרעםער און באטרעפט 3,24 אדער 3,23 גל פרא קאפ׳ און 12,92 גל אויף א משפחה. די דורכשניטלעכע גרײם פון דער שטיצע איז בכן טאפלט אזוי גרויס װי אין די ערשטע צװיי קאטעגאדיעס קהילות און מיט א דריטל גרעסער װי אין די מיטעלע קהילות. פאר גאנץ פוילן באקומט זיך אין יאר 1935 און 1937 כמעט דער זעלבער דורכשניט 1,91— 1,90 גל פרא קאפ, װאס עס מאכט אויס בערך 7,60 גל אויף א משפחה. דער דורכשניט אויף אײן משפחה האט אױםגעמאכט אין יאר 1934 לויט דער ציטירטער ״צעקאבע״-אנקעטע — 7,83 גל. אויך דא זעען מיר בכן א צוזאמענפאל §ון בײדע אנקעטעם. םײ פונעם סך-הפל §ון טאבעלע 1, סיי 2ון די באזונדערע פאזיציעם װארפט זיך אין די אויגן דאם 8אלן 8ון דער שטיצע אין יאר 1936 אויף גאנצע 10 פראצענט— 8ון 1,91 ביז 1,75 גל. דער דראנג נאך שטיצע איז אין יאר 1936 געװען אזוי גרוים, אז די צעטײלונג פוך די געלטער, װעלכע זײנען ניט געװאקסן אין דער זעלבער פראפארץ, האט געמוזט פארקומען אויפן חשבון פון די געשטיצטע גופא. אין יאר 1937 איז דער וװקם 8ון דעם געלט-סכום געװען בערך צװײ מאל גרעסער װי דער וװקם פון דער צאל נצרכים און דאס האט מעגלעך געמאכט פמעט צוריקצושטעלן די הײך פון דער שטיצע §ון פאר צװײ יארן. די אויםערגעװײנטלעך גרויםע שער צװישן דערגרײם §ון דער שטיצע- םומע אין באזונדערע טיפן קהילות דערקלערט זיך מיטן מקור §ון די שטיצע• געלטער. װאס גרעםער דער אנטײל פון אויםלענדישע געלטער אין אלגעמײנעם הילפבודזשעט, אלץ גרעםער איז די שטיצע, און פארקערט, װאס גרעםער ס׳איז די ראלע 8ון דער קהילה און אנדערע ארטיקע אינםטיטוציעם אין דער פסח־אקציע, אלץ קנאפער איז די מאם פון שטיצע.