Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 3-2 (יוני-יולי)
- Date
- 1937-06-01
- Page
- [Seite] (sequence 37)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564097--0093-3771110- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מצקםטיל״איבדרםטריע אין זגערזש 1936 געחאט. די דאזיקע ײדן חאבן געמאכט געלט אין דער מלחמון־צײט בײ פארשײדענע געשעפטן, און נאך דעם װי די צײט חאט זיך נארמאליזירט, זײנען זײ געװארן פאבריקאנטן. נאטירלעך, איז נישט אלע נאכמלחמחדיקע פאבריקאנטן געװען פרעמד די טעקםטיל־אינדוסטריע •, א געװיםע צאל, הגם א קלײנע, האט דאך געהאט צו טון מיט דער פאבריקאציע נאך §אר דער מלחמה. בײ הײנטיקן טאג געפינען זיך אין זגערזש 61 ײדישע פאבריקאנטן. צו דער צאל דארף מען צוגעבן א קארגע 20 לאדזשער פאבריקאנטן, װאם געבן ארוים ארבעט זגערזשער כאלופניקעס. פון דער אנגעגעבענער צאל זגערזשער פאבריקאנטן זײנען 14 שומפות־אונטערנעמונגען, װאם צײלן 36 פאמיליעס. אין םך־הכל לעבן אין זגערזש §ון פאבריקאציע מער §ון 80 יידישע פאמיליעם. די 61 §אבריקאנטן װעלן מיר אײנטײלן אין דרײ קאטעגאריעם. צו דער ערשטער קאטעגאריע געהערן גרויסע טעקםטיל־§ירמעם, װאס פארמאגן אגרעםערע צאל אײגענע װעבשטולן, צװערן־מאשינען, קרא§ט־שערמאשינען אדג״ל. אזעלכע זײנען §אראן 16. צו דער צװײטער קאטעגאריע געהערן §אבריקאנטן, װאס §ירן אונטערנעמונגען אויך אין גרעסערן מאסשטאב, האלטן א§ענע םחורה־לאגערם און באשעפטיקן אנגעשטעלטע, שערערס, שטאפערינם אאז״װ. זײ §ארמאגן אבער נישט קײן אײגענע §אבריקן און געבן ארויס די ארבעט צו לוינװעבערם און כאלופניקעס. אין דער קאטעגאריע גע§ינען זיך אויך אזעלכע, װאם האבן אמאל געהאט אײגענע װעבשטולן, אבער איבער די טײערע קאםטן האבן זײ די װעבשטולן אװעקגעגעבן אויף לוין אדער §ארקוי§ט. די צאל §ון דער גרופע איז א 25 פערזאן. צו דער דריטער און לעצטער קאטעגאריע געהערן §אבריקאנטלעך, װאם §ירן זײער §אבריקאציע אין א גאנץ קלײנעם מאסשטאב, פארמאגן נישט קײן א§ענע געשע§טלאגערס, האלטנדיק די םחורה אין דער פרױואט־װוינונג. א טײל §ון זײ באשע§טיקן א§ילו נישט קײן שערערם, טוענדיק װי געװעזענע שערערם די ארבעט אלײן. עטלעכע אזוינע §אבריקאנטלעך האבן אין זײער אײגנטום אײן אדער צװײ װעבשטולן, אויף װעלכע זײ געבן ארוים אײגענע קעטן. בײ די דאזיקע װעבשטולן זײנען באשע§טיקט װי װעבערם זײערע קינדער אדער אנדערע משפחה־מיטגלידער. די קאטעגאריע נעמט ארום א20 פערזאן. ם׳זײנען §אראן זײער װײניק טעקסטיל־פירמעס, װאם האבן עקסיסטירט נאך §אר דער מלחמה. איצט גע§ינען זיך אין זגערזש אין גאנצן אזעלכע זעקם יידישע §ירמעס. §ון זײ זײנען 4 אונטערנעמונגען איבערגעגאנגען בירושה צו די איצטיקע בעלי־במים §ון זײערע עלטערן און צװײ האבן די איצטיקע בעלי־במים אלײן געגרינדעט. די הײנטיקע §אבריקאנטן שײדן זיך אונטער אין א םך פרטים §ון די §ארמלחמהדיקע. דער גרעםטער טײל §ון זײ רעקרוטירט זיך §ון געװעזענע מײםטערם, אנגעשטעלטע, שערערס, מעקלערס, װעבערם, שנײדערם, אפ§אל ־ הענדלערם און םמם סוחרים. א גרופע §אר זיך בילדן די חםידישע §אבריקאנטן. אנגעשטעלטע, שערערם און אנדערע