Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-06-01 · 3-2 (יוני-יולי) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
3-2 (יוני-יולי)
Date
1937-06-01
Page
[Seite] (sequence 27)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564097--0083-3771100
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

25 דער חזירבן-פובעם ײדישן ה^נדל אין בי8ליסל$קער ר$יאן מיר האבן אין אונדזער טאבעלע אײנגעטיילט אלע קראמען״בראנזשעם אין 9 מינימ: מען קען ריזיקירן ארויסצושטעלן דעם טעזיס, אז א בראנזשע, װו די יידישע קראמען בילדן 95 פראצענט פון די קראמען בכלל, הײסט מאנא׳ פאליזירט דורך יידן. אין יאר 1932 האבן די יידן געהאט אין די 11 שטעטלעך §ון אונדזער ראיאן א מאנאפאל אין 5 בראנזשעם: מאנופאקטור, לעדער־שיך, גאלאנטערײע, קאנפעקציע און אײזן — די װיכטיקסטע בראנזשעם זיינען געװען אין יידישע הענט, און אײ'ן 2 בראנזשעם: לעדער־שיך און קאנפעקציע האבן יידן פארנומען פולע 100 פראצענט. אבער די דורכשניטלעכע צאלן 5אר אלע שטעט צוזאמען פארװישן א ביםל דאס בילד: איבער אײן אײנציקער אײזנ־ קראם אין װיסאקע פארלירט זיך דער ססז־פראצענטיק יידישער כאראקטער 5ון דער אײזן־בראנזשע אין גאנצן ראיאן, הגם אין די איבעריקע 10 שטעטלעך באטרעפן די יידן אויך אין דער אײזן־בראנזשע פולע סס1 פראצענט; און אזוי איז עם מיט דער גאלאנטערײע־בראנזשע, און אזוי מיט מאנופאקטור. נעמט מען דעריבער באזונדערע שטעטלעך, באקומט זיך, אז אין טיקטין באטרעפן די יידן 100 פראצענט אין אלע 6 בראנזשעם §ון שטעטל גנישטא אין שטעטל א טײל בראנזשעם, למשל קאנ5עקציע אאז״ײ); אין טשעכאנאװעץ־בעלסק באטרעפן די ײדן 100 פראצ׳ אין 6 בראנזשעם, און נאר אין דער שפײז־ בראנזשע זײנען פאראן אויך ניט־יידישע קראמען•, אין םאקאלי באטרעפן די יידןהונדערט פראצ׳ אין 5§ון די זדארט עקסיסטירנריקע בראנזשעם ונישטא אין שטעטל קײן קאנפעקציע־קראמען, נישטא אויך קײן ״אנדערע״ קראמען). אפילו אין אזא שטאט װי זעמבראװע באטרעפן די יידן 100 פראצ׳ אין גאנצע 6 בראנזשעם, און נאר אין ךער שפײז־, גאםטראנאמישער, און ״אנדערע״ בראנ־ זשעם טרע5ט מען אויך ניט־ײדישע קראמען. אזוי ארום קען מען מיט זיכערקײט זאגן, אז די װיכטיקסטע 5—6 בראנזשעם 3ון קלײנשטעטלדיקן און שטעטל־ דיקן האנדל זײנען געװען מאנאפאליזירט דורך יידן, און ניט־יידישע קראמען האט מען געטרא8ן נאר אין דער דערנערונגס־בראנזשע. אין יאר 1936 בילדן די יידן שוין נאר אין דער קאנ§עקציע־בראנזשע 100 פראצ/ אין אלע איבעריקע .בראנזשעס (אחוץ גאלאנטערײע) װײניקער װי ס,95 פראצ׳ן אומעטום איז די ירידה ביז גאר קענטיק און אומעטום איז זי ארויסגערופן געװארן דורך דעם אויפקום פון קריסטלעכע קראמען. אבער די אמתע קאטאםטראפע איז ערשט ארײנגעטרעטן אין יאר 1937, נאך די געשע־ ענישן אין כמעט אלע שטעטלעך: אין קײן שום בראנזשע דערגײט שוין ניט דער ײדישער אנטײל (אחוץ קאנפעקציע, װאס האט נאך אין 1936 געהאט 100 פראצ׳) צו 4/5 אפילו. אין 4 בראנזשעם פלוקטוירט ער ארום 2/3, און אין אײן בראנזשע באטרע§ן שוין די יידן װײניקער װי א העל§ט §ון אלע קראמען (גאסטראנאמישע). מיר האבן אויסגערעכנט די ירידה פון ײדישן אנטײל אין די באזונדערע בראנזשעם, נעמענדיק אײן מאל דעם יידישן אגטײל אין יאר 1932 פאר 100, און דאס צװײטע מאל אין יאר 1936 םאר 100, בכדי

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.