Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-06-01 · 3-2 (יוני-יולי) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
3-2 (יוני-יולי)
Date
1937-06-01
Page
[Seite] (sequence 3)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
68% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564097--0059-3771076
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יעקב לעשטשינםקי / װארשע עמיגראציע אין דער קאפיטאליםטישער תקר5ה 1 מען קאן זײן מםופק אין דער אבסאלוטער ריכטיקײט §ון דער מײנונג פון יענע געלערנטע, װעלכע האלטן, אז די גאנצע װעלט-געשיכטע איז אין גרונד די געשיכטע פון מאסן-װאנדערונגען. די דאזיקע געלערנטע האלטן, אז די מאסן-װאנדערונגען זײנען גיט נאר די װיכטיקםטע און װירקנדיקסטע פאקטארן אין דער 5ארשפרייטונג און אויסברײטערונג פון ציװיליזאציע און קולטור איבער דער גארער װעלט, נאר זײ זײנען אויך די הויפט-טרײבנדיקע קראפט אין דער אינעװײניקסטער אנטװיקלונג פון דער מענטשהײט, אין דער עװאלוציע פון אײן םאציאל-עקאנאמישער פארמאציע צו א צװײטער, אין דעם איבערגןןנג 5ון פשוטע און פרימיטױוע סזגציאלע לעבנספארמען צו העכערע און קאמפליצירטערע, הכלל אין דער אימאנענטער אומאויפהערלעכער גילגול-ארטיקער שטײגונג פון דער מענטשהײט. זאל זײן, אז די דאזיקע מײנונג איז שטארק איבערגעטריבן, און אין דער אימאנענטער םאציאל-עקאנאמישער און גײסטיק-קולטורעלער אנטװיקלונג פון דער מענטשהײט האבן די אינעװײניקםטע םאציאלע םמירות און קאמפן געשפילט א מער אנגעזעענע ראלע• ם׳איז דאך אבער שוין גאר קײן םפק ניט, אז עמיגראציע, און גאנץ באזונדערס אין דער קאפיטאליסטישער עפאכע, האט געשפילט א קאלאםאלע ראלע, םײ אינעם אויפװעקן צו אנײעם אקטױוערן און אינטענסױוערן לעבן אלטע געדיכט באפעלקערטע קאנטינענטן, סײ נאך מער אינעם שאפן א גאנץ נײ אינטענםױו-פולםירנדיק לעבן אויף 5רײע נאך ניט באפעלקערטע שטחים. ם׳איז גענוג גאנץ אויבן-אויף א פיר צו טון פאר די אויגן נאר דעם אמעריקאנער קאנטינענט, זײן באפעלקערונג, זײן אנטײל אין דער מאטעריעלער ןאון גײסטיקער פראדוקציע, זײן הלק אין װעלטהאנדל, זײן אגינפלוס אין פאליטיק און ןוירטשאפט, איצט און אנהײב 19טן יארהונדערט, פדי צו דערזען א בילד ממש פון לעגענדארער אנטװיקלונג, פון קאלאםאלע אויפטוען 8ון די!מענטשן, װאם זײנען אנטלאפן פון דער אלטער-פארעלטערטער אײראפע.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.