Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 1 (מיי)
- Date
- 1937-05-01
- Page
- [Seite] (sequence 38)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564096--0040-3771058- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
35 דןןם יידישע קולטור׳לעבן אין?עטל&ני• מיט װאם זשע דערקלערט זיך דידאזיקע דערשײנונג? געװים װירקן דא עטלעכע םיבות, ראשית די פארארעמונג 5ון דער יידישער בא5עלקערונג. שנית די שװערע מאטערנישן װאם באגלײטן דאם אנקומען אי־ן א הויכשול און די קלײנע האפענונג אנצוקומען, און דריטנס די קלײנע שאנסן צו האבן פרנםה פון א פרײען בארוף. בײ קײן אנדער 5אלק אין לעטלאנד איז ניט געפאלן אין אזא מאם די צאל שילער אין די מיטלשולן. בײ די רוםן האט פארקערט די צאל מיטלשול- שילער גאנץ באדײטנדיק געשטײגט; בײ די לעטן װײניקער, אבער אויך געשטײגט. נאר בײ די דײטשן איז די צאל שילער געפאלן, אבער ניט אין אזא מאם, װי ביי יידן. די אלע מאמעגטן, װעלכע מיר האבן שוין קאנםטאטירט בײם באטראכטן די עלעמענטארע שולן, טרעטן באזונדערם בולט ארוים אין די מיטלשולן: די װירקונג פון רוםיש און דײטש אין דער ערשטער צײט און דאם §אלן פון זײער צוציקרןגפט אין די לעצטע יזגרן; די גרעסערע עקשנות 5ון דער דײטשער אםימילאציע און דאם גרינגע אפטרעטן פון דער רוםישער אםימילאציע; אלע געװינםן, װאס װערן אין די לעצטע צען יאר ארויםגעריסן פון דער אםימילאציע, גײען לטובת דער לעטישער שפראך; די פאזיציעם, װאס די נאציאנאלע שפראכן ה$בן אויםגעקעמ5ט אין די ערשטע 4—5 יאר, האט זיך אײנגעגעבן אײנצוהאלטן די גאנצע צײט, אבער דערבײ איז מען געבליבן שטײן און װײטער רוקט מען זיך ניט. צי װעט די לעטישע שפראך, װעלכע האט אין די לעצטע צען יאר אין גאנצן ארויםגעשטופט די רוםישע און די דײטשע שפראכן פון די קרייזן פון די יידישע מיטלשול-שילער, זיך ארײנרײסן אין די גרענעצן פון אונדזערע נאציאנאלע שפראכן, װעט די צוקונפט װייזן. טאבעלע 1¥ גיט א ביז גאר אינטערעםאנטן מאטעריאל אויף צו אילוםטרירן די נאר װאם אנגעװארפענע ערשײנונגען. אין 23/1922 האבן זיך געלערנט 5ון אל^ יידישע מיטלשול-שילער אין שולן מיט א יידישער נאציאנאלער לימודים-שפראך ס״ה װײניקער 5ון א דריטל; אין שולן מיט רוסישער לימודים-שפראך מער 5ון א העל5ט $ אין שולן מיט דײטש אן אכטל 5ון אלע יידישע שילער; און אין לעטישע שולן נאר 2,6 פראצ/ אין 5ינף יאר ארום — אין 27/1926 ה$בן זיך שוין געלערנט אין שולן מיט רוםיש שוין נאר אײן אכטל׳ 4 מאל װײניקער װי ערשט צוריק מיט 5 יאר; אין שולן מיט דײטש פמעט אזוי 5יל װי 5ריער מיט 5 יאר, אבסאלוט א5ילו מער׳; אין לעטישע שולן שוין 6,6 פראצ׳ — פמעט דרײ מאל א העכערער פר$צענט װי צוריק מיט 5 יאר. און אין צען יאר ארום — אין 36/1935 — איז דער פראצענט יידישע שילער, װאם לערנען זיך אין נאציאנאלע שולן, געבליבן דער אײגענער: צװײ דריטל 5ון אלע ײדישע שילער. אין שולן מיט רוסיש און דײטש לערנען זיך נאך קוים 1,7 פראצ׳ 6ון אלע יידישע